Page 133 - Thilim
P. 133
תּהלים
37און האָט זײ אַרױסגעצױגן מיט זילבער און גאָלד;
און ניט געװען צװישן ז ַײנע שבֿטים אַ שטרױכלער.
38מצ ַר ִים האָט זיך געפֿרײט מיט זײער אַרױסגײן,
װאָרום זײער שרעק איז געפֿאַלן אױף זײ.
39ער האָט פֿאַרשפּרײט אַ װאָלקן צום צודעק,
און אַ פֿ ַײער צו ל ַײכטן ב ַײ נאַכט.
40מע האָט פֿאַרלאַנגט ,און ער האָט געבראַכט װאַכטלפֿױגלען,
און מיט ברױט פֿון הימל פֿלעגט ער זײ זעטן.
41ער האָט געעפֿנט אַ פֿעלדז ,און װאַסער איז גערונען,
געגאַנגען װי אַ ט ַײך דורך די טריקענישן.
42װאָרום ער האָט געדאַכט אָן ז ַײן הײליקן צוזאָג
צו אבֿרהם ז ַײן קנעכט.
43און ער האָט אַרױסגעצױגן ז ַײן פֿאָלק מיט פֿרײד,
מיט געזאַנג ז ַײנע אױסדערװײלטע.
44און ער האָט זײ געגעבן די לענדער פֿון די פֿעלקער,
און די מי פֿון די אומות האָבן זײ געַירשעט;
45כּדי זײ זאָלן האַלטן ז ַײנע געזעצן,
און ז ַײנע לערנונגען זאָלן זײ היטן.
ַה ְללוָּיה.
ַ 1ה ְללוָּיה.קו
גיט אַ דאַנק צו גאָט ,װאָרום ער איז גוט,
װאָרום אױף אײביק איז ז ַײן ֶחסד.
2װער קען אױסרעדן די גבֿורות פֿון גאָט?
מאַכן הערן ז ַײן גאַנצן לױב?
3װױל צו די װאָס היטן גערעכטיקײט,
צו דעם װאָס טוט רעכט אין יעטװעדער צ ַײט.
4געדענק מיך ,גאָט ,װען דו באַװיליקסט ד ַײן פֿאָלק,
דערמאָן מיך אין ד ַײן הילף;
5כּדי איך זאָל זען דאָס גוטס פֿון ד ַײנע אױסדערװײלטע,
זיך פֿרײען אין דער פֿרײד פֿון ד ַײן פֿאָלק,
זיך רימען אין אײנעם מיט ד ַײן אַרב.