Page 137 - Thilim
P. 137
תּהלים
פֿינפֿטער ֵספֿר
„ 1גיט אַ דאַנק צו גאָט ,װאָרום ער איז גוט,קז
װאָרום אױף אײביק איז ז ַײן ֶחסד”,
2זאָלן זאָגן די אױסגעלײזטע פֿון גאָט,
װאָס ער האָט זײ אױסגעלײזט פֿון דער האַנט פֿון פֿ ַײנט,
3און פֿון די לענדער זײ א ַײנגעזאַמלט,
פֿון מזרח און פֿון מערבֿ,
פֿון צפֿון און פֿון ים.
4זײ האָבן געבלאָנדזשעט אין מדבר אױף אַ װיסטן װעג,
קײן שטאָט פֿון ִישובֿ ניט געפֿונען.
5הונגעריקע און דאָרשטיקע,
איז זײער זעל געװען פֿאַרחלשט אין זײ.
6האָבן זײ געשרִיען צו גאָט אין זײער נױט,
און ער האָט זײ מציל געװען פֿון זײער קלעם.
7און ער האָט זײ געפֿירט אױף אַ גל ַײכן װעג,
צו קומען צו אַ שטאָט פֿון ִישובֿ.
8זײ דאַרפֿן דאַנקען גאָט פֿאַר ז ַײן ֶחסד,
און פֿאַר ז ַײנע װוּנדער צו די מענטשנקינדער.
9װאָרום ער האָט געזעטיקט די פֿאַרשמאַכטע זעל,
און די הונגעריקע זעל האָט ער אָנגעפֿילט מיט גוטס.
10די װאָס ז ַײנען געזעסן אין פֿינצטערניש און טױטשאָטן,
געקײט אין פּ ַײן און א ַײזן –
11װ ַײל זײ האָבן װידערשפּעניקט די װערטער פֿון גאָט,
און די עצה פֿון דעם אױבערשטן געלעסטערט;
12און ער האָט אונטערטעניקט מיט ל ַײד זײער האַרץ;
זײ ז ַײנען געשטרױכלט געװאָרן ,און ניט געװען קײן העלפֿער –
13האָבן זײ געשר ִיען צו גאָט אין זײער נױט,
און ער האָט זײ געהאָלפֿן פֿון זײער קלעם.
14ער האָט זײ אַרױסגעצױגן פֿון פֿינצטערניש און טױטשאָטן,
און זײערע בינדשטריק האָט ער צעריסן.
15זײ דאַרפֿן דאַנקען גאָט פֿאַר ז ַײן ֶחסד,
און פֿאַר ז ַײנע װוּנדער צו די מענטשנקינדער.