Page 140 - Thilim
P. 140

‫תּהלים‬

                          ‫לאָמיך אױפֿװעקן דעם באַגינען‪.‬‬
          ‫‪ 4‬איך װעל דיך לױבן‪ ,‬גאָט‪ ,‬צװישן די פֿעלקער‪,‬‬

                      ‫און דיך באַזינגען צװישן די אומות‪.‬‬
         ‫‪ 5‬װאָרום גרױס איבער די הימלען איז ד ַײן ֶחסד‪,‬‬

                        ‫און ביז די װאָלקן ד ַײן טר ַײשאַפֿט‪.‬‬
                  ‫‪ 6‬דערהײב דיך איבער די הימלען‪ ,‬גאָט‪,‬‬
         ‫און איבער דער גאַנצער ערד זאָל ז ַײן ד ַײן כּבֿוד‪.‬‬
              ‫‪ 7‬כּדי ד ַײנע באַליבטע זאָלן דערלײזט װערן‪,‬‬
        ‫העלף מיט ד ַײן רעכטער האַנט‪ ,‬און ענטפֿער מיר‪.‬‬

                  ‫‪ 8‬גאָט האָט גערעדט אין ז ַײן הײליקײט‪,‬‬
                             ‫אַז איך װעל דערפֿרײט װערן;‬
                                  ‫איך װעל צעטײלן שכם‪,‬‬

              ‫און דעם טאָל סוכּות װעל איך אױסמעסטן‪.‬‬
                         ‫‪ 9‬מ ַײן איז ִגל ָעד‪ ,‬מ ַײן איז מנשה‪,‬‬

                ‫און אפֿ ַר ִים איז דער קיװער פֿון מ ַײן קאָפּ;‬
                                 ‫יהוּדה איז מ ַײן צעפּטער‪.‬‬

                             ‫‪ 10‬מואָבֿ איז מ ַײן װאַשטאָפּ‪,‬‬
                          ‫אױף אדום װאַרף איך מ ַײן שוך‪,‬‬

                              ‫איבער פּ ֶל ֶשת טו איך שאַלן‪.‬‬

    ‫‪ 11‬װער ברענגט מיך צו דער באַפֿעסטיקטער שטאָט‪,‬‬
                               ‫װער פֿירט מיך קײן אדום?‬

              ‫‪ 12‬פֿאַר װאָר‪ ,‬גאָט‪ ,‬האָסט אונדז פֿאַרלאָזט‪,‬‬
      ‫און גײסט ניט אַרױס‪ ,‬גאָט‪ ,‬מיט אונדזערע מחנות‪.‬‬

                      ‫‪ 13‬גיב אונדז הילף קעגן דעם פֿ ַײנט‪,‬‬
            ‫װאָרום נישטיק איז די ישועה פֿון אַ מענטשן‪.‬‬

                 ‫‪ 14‬מיט גאָט װעלן מיר אױפֿטאָן גבֿורות‪,‬‬
                 ‫און ער װעט צעטרעטן אונדזערע פֿ ַײנט‪.‬‬

‫‪ 1‬פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער; פֿון ָד ִודן אַ מזמור‪.‬‬

   ‫גאָט פֿון מ ַײן לױב‪ ,‬זאָלסט ניט שװ ַײגן‪.‬קט‬
            ‫‪ 2‬װאָרום אַ בײז מױל און אַ מױל פֿון באַטרוג‬
                              ‫האָבן זײ געעפֿנט אױף מיר;‬
   135   136   137   138   139   140   141   142   143   144   145