Page 138 - Thilim
P. 138

‫תּהלים‬

           ‫‪ 16‬װאָרום ער האָט צעבראָכן די קופּערנע טירן‪,‬‬
                         ‫און די א ַײזערנע ריגלען צעהאַקט‪.‬‬

                     ‫‪ 17‬נאַרן האָבן פֿאַר זײער זינדיקן װעג‬
                        ‫און פֿאַר זײערע פֿאַרברעכן געליטן;‬

    ‫‪ 18‬זײער זעל האָט זיך געעקלט מיט איטלעכער שפּ ַײז‪,‬‬
          ‫און זײ האָבן דערגרײכט ביז די טױערן פֿון טױט‪.‬‬
              ‫‪ 19‬האָבן זײ געשר ִיען צו גאָט אין זײער נױט‪,‬‬
                ‫און ער האָט זײ געהאָלפֿן פֿון זײער קלעם‪.‬‬
          ‫‪ 20‬ער האָט געשיקט ז ַײן װאָרט און זײ געהײלט‪,‬‬
                ‫און געמאַכט אַנטרינען פֿון זײערע קבֿרים‪.‬‬

                  ‫‪ 21‬זײ דאַרפֿן דאַנקען גאָט פֿאַר ז ַײן ֶחסד‪,‬‬
             ‫און פֿאַר ז ַײנע װוּנדער צו די מענטשנקינדער‪.‬‬

                   ‫‪ 22‬און זײ דאַרפֿן שלאַכטן דאַנקאָפּפֿער‪,‬‬
                   ‫און דערצײלן ז ַײנע מעשׂים מיט געזאַנג‪.‬‬

                     ‫‪ 23‬די װאָס נידערן אין שיפֿן אױפֿן ים‪,‬‬
                ‫די װאָס טוען מסחר אױף גרױסע װאַסערן‪,‬‬

                    ‫‪ 24‬זײ האָבן געזען די מעשׂים פֿון גאָט‪,‬‬
                     ‫און ז ַײנע װוּנדער אױף דער טיפֿעניש‪.‬‬
   ‫‪ 25‬װאָרום ער האָט געהײסן און געמאַכט אױפֿשטײן אַ‬

                                              ‫שטורעמװינט‪,‬‬
                       ‫װאָס האָט אױפֿגעהױבן ז ַײנע אינדן‪.‬‬
 ‫‪ 26‬זײ ז ַײנען אַרױף ביזן הימל‪ ,‬גענידערט ביז די תּהומען‪,‬‬
                       ‫זײער זעל איז צעגאַנגען פֿון אַנגסט‪.‬‬
    ‫‪ 27‬זײ האָבן זיך געדרײט און געװאָרפֿן װי אַ שיכּורער‪,‬‬
             ‫און זײער גאַנצע חכמה איז צעמישט געװאָרן‪.‬‬
              ‫‪ 28‬האָבן זײ געשר ִיען צו גאָט אין זײער נױט‪,‬‬
            ‫און ער האָט זײ אַרױסגעצױגן פֿון זײער קלעם‪.‬‬
 ‫‪ 29‬ער האָט א ַײנגעשטעלט דעם שטורעם אין שטילקײט‪,‬‬
                    ‫און אַנטשװיגן געװאָרן ז ַײנען די אינדן‪.‬‬
‫‪ 30‬און זײ האָבן זיך געפֿרײט װאָס זײ ז ַײנען א ַײנגעשטילט‪,‬‬
 ‫און ער האָט זײ געפֿירט צו דעם באָרטן פֿון זײער באַגער‪.‬‬
   133   134   135   136   137   138   139   140   141   142   143