Page 141 - Thilim
P. 141

‫תּהלים‬

                   ‫זײ האָבן גערעדט צו מיר מיט אַ צונג פֿון ליגן‪.‬‬
          ‫‪ 3‬און מיט רײד פֿון שׂנאה האָבן זײ מיך אַרומגערינגלט‪,‬‬

                          ‫און געשטריטן קעגן מיר פֿאַר אומזיסט‪,‬‬
                             ‫‪ 4‬פֿאַר מ ַײן ליבשאַפֿט פֿ ַײנטן זײ מיך‪,‬‬
                                      ‫בעת איך בין לױטער געבעט‪.‬‬

              ‫‪ 5‬און זײ האָבן מיר אָפּגעטאָן אַ ָרעה פֿאַר אַ טובֿה‪,‬‬
                                   ‫און שׂנאה פֿאַר מ ַײן ליבשאַפֿט‪.‬‬

                                       ‫‪ 6‬זעץ אָן אױף אים אַ ָרשע‪,‬‬
              ‫און אַן אָנקלאָגער זאָל שטײן ב ַײ ז ַײן רעכטער ז ַײט‪.‬‬
             ‫‪ 7‬אַז ער װערט געמשפּט‪ ,‬זאָל ער אַרױסגײן שולדיק‪,‬‬

                                 ‫און ז ַײן תּפֿילה זאָל װערן צו זינד‪.‬‬
                                     ‫‪ 8‬ז ַײנע טעג זאָלן ז ַײן װינציק‪,‬‬

                   ‫ז ַײן אָפּגעשפּאָרטס זאָל צונעמען אַן אַנדערער‪.‬‬
                               ‫‪ 9‬ז ַײנע קינדער זאָלן װערן יתומים‪,‬‬
                                           ‫און ז ַײן װ ַײב אַן אלמנה‪.‬‬

         ‫‪ 10‬און װאָגלען זאָלן װאָגלען ז ַײנע קינדער‪ ,‬און בעטלען‪,‬‬
                        ‫און זוכן ברױט פֿון זײערע חורבֿות אַרױס‪.‬‬

               ‫‪ 11‬פֿאַרנעמען זאָל אַ ַב ַעל‪-‬חובֿ אַלץ װאָס ער האָט‪,‬‬
                            ‫און פֿרעמדע זאָלן אַװעקרױבן ז ַײן מי‪.‬‬

                           ‫‪ 12‬קײנער זאָל ניט נ ַײגן צו אים גענאָד‪,‬‬
                    ‫און קײנער זאָל ניט ל ַײטזעליקן ז ַײנע יתומים‪.‬‬

                             ‫‪ 13‬ז ַײן נאָכקום זאָל פֿאַרשניטן װערן;‬
              ‫אין אַנדער ָדור זאָל זײער נאָמען ז ַײן אױסגעמעקט‪.‬‬
    ‫‪ 14‬זאָל די זינד פֿון ז ַײנע פֿאָטערס דערמאָנט װערן פֿאַר גאָט‪,‬‬
         ‫און דער חטא פֿון ז ַײן מוטער זאָל ניט פֿאַרמעקט װערן;‬

                              ‫‪ 15‬זײ זאָלן ז ַײן אַנטקעגן גאָט תּמיד‪,‬‬
          ‫און ער זאָל פֿאַרשנ ַײדן פֿון דער ערד זײער געדעכעניש‪.‬‬

                ‫‪ 16‬פֿאַר װאָס ער האָט ניט געדאַכט צו טאָן ֶחסד‪,‬‬
             ‫און ער האָט גערודפֿט דעם אָרימאַן און דעם אבֿיון‪,‬‬

                ‫און דעם װאָס ז ַײן האַרץ איז באַטריבט‪ ,‬צו טײטן‪.‬‬
                             ‫‪ 17‬יאָ‪ ,‬ער האָט ליב געהאַט די קללה‪,‬‬

‫טאָ זאָל זי אים אָנקומען; און ער האָט ניט געװוּנטשן קײן ברכה‪,‬‬
                                     ‫טאָ זאָל זי װ ַײט ז ַײן פֿון אים‪.‬‬

                 ‫‪ 18‬און ער האָט אָנגעטאָן די קללה װי ז ַײן קלײד‪,‬‬
                 ‫טאָ זאָל זי אַר ַײן װי װאַסער אין ז ַײנע אינגעװײד‪,‬‬
   136   137   138   139   140   141   142   143   144   145   146