Page 146 - Thilim
P. 146

‫תּהלים‬

                     ‫‪ 7‬פֿאַר דעם האַר‪ ,‬טו ציטערן‪ ,‬ערד‪,‬‬
                               ‫פֿאַר דעם גאָט פֿון יעקבֿ‪,‬‬

     ‫‪ 8‬װאָס פֿאַרקערט דעם פֿעלדז אין אַ ט ַײך װאַסער‪,‬‬
                        ‫קיזלשטײן אין אַ װאַסערקװאַל‪.‬‬

     ‫‪ 1‬ניט אונדז‪ ,‬יהוה‪ ,‬ניט אונדז‪,‬קטו‬

               ‫נ ַײערט ד ַײן נאָמען גיב כּבֿוד‪,‬‬
                                      ‫פֿון װעגן ד ַײן ֶחסד‪,‬‬

                               ‫פֿון װעגן ד ַײן טר ַײשאַפֿט‪.‬‬
                     ‫‪ 2‬פֿאַר װאָס זאָלן זאָגן די פֿעלקער‪:‬‬

                           ‫װוּ אַקאָרשט איז זײער גאָט?‬

                   ‫‪ 3‬אָבער אונדזער גאָט איז אין הימל‪,‬‬
                        ‫אַלץ װאָס ער באַגערט‪ ,‬טוט ער‪.‬‬

         ‫‪ 4‬זײערע געצנבילדער ז ַײנען זילבער און גאָלד‪,‬‬
                     ‫דאָס װערק פֿון אַ מענטשנס הענט‪.‬‬
                       ‫‪ 5‬זײ האָבן אַ מױל און רעדן ניט‪,‬‬
                           ‫זײ האָבן אױגן און זעען ניט;‬
                       ‫‪ 6‬זײ האָבן אױערן און הערן ניט‪,‬‬
                        ‫זײ האָבן אַ נאָז און שמעקן ניט;‬

          ‫‪ 7‬הענט ב ַײ זײ‪ ,‬אָבער זײ קענען ניט אָנטאַפּן‪,‬‬
                         ‫פֿיס בי זײ‪ ,‬אָבער זײ גײען ניט;‬

                    ‫זײ טוען ניט אַ הױך מיט זײער קעל‪.‬‬
                  ‫‪ 8‬זאָלן װערן װי זײ די װאָס מאַכן זײ‪,‬‬
              ‫איטלעכער װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף זײ‪.‬‬

                     ‫‪ 9‬ישׂראל‪ ,‬פֿאַרזיכער זיך אױף גאָט‪.‬‬
                     ‫ער איז זײער הילף און זײער שילד‪.‬‬
         ‫‪ 10‬הױז פֿון אַהרֹן‪ ,‬פֿאַרזיכערט א ַײך אױף גאָט‪.‬‬
                     ‫ער איז זײער הילף און זײער שילד‪.‬‬
‫‪ 11‬איר פֿאָרכטער פֿון גאָט‪ ,‬פֿאַרזיכערט א ַײך אױף גאָט‪.‬‬
                     ‫ער איז זײער הילף און זײער שילד‪.‬‬
   141   142   143   144   145   146   147   148   149   150   151