Page 148 - Thilim
P. 148
תּהלים
8װאָרום האָסט אַרױסגעצױגן מ ַײן זעל פֿון טױט,
פֿון טרערן מ ַײן אױג,
מ ַײן פֿוס פֿון שטרױכלונג.
9איך װעל אומגײן פֿאַר גאָט
אין די לענדער פֿון די לעבעדיקע.
10איך האָב געגלױבט ,װען איך האָב גערעדט;
איך בין געבײגט געװען זײער.
11איך האָב געזאָגט אין מ ַײן אַנגסט:
אַלע מענטשן ז ַײנען פֿאַלש.
12װי זאָל איך אָפּצאָלן גאָט
אַלע ז ַײנע טובֿות צו מיר?
13דעם ָכּוס פֿון ישועות װעל איך אױפֿהײבן,
און דעם נאָמען פֿון גאָט װעל איך רופֿן,
14מ ַײנע נדרים צו גאָט װעל איך באַצאָלן
אַנטקעגן פֿאַר ז ַײן גאַנצן פֿאָלק.
15שװער אין די אױגן פֿון גאָט
איז דער טױט פֿון ז ַײנע פֿרומע.
16איך בעט דיך ,גאָט ,װאָרום איך בין ד ַײן קנעכט,
איך בין ד ַײן קנעכט ,דער זון פֿון ד ַײן דינסט;
האָסט לױזגעמאַכט מ ַײנע בינדשטריק.
17איך װעל שלאַכטן צו דיר אַ שלאַכטאָפּפֿער פֿון דאַנק,
און דעם נאָמען פֿון גאָט װעל איך רופֿן.
18מ ַײנע נדרים צו גאָט װעל איך באַצאָלן
אַנקעגן פֿאַר ז ַײן גאַנצן פֿאָלק,
19אין די הױפֿן פֿון גאָטס הױז,
אין מיטן פֿון דיר ,ירושלים.
ַה ְללוָּיה.
1לױבט גאָט ,אַלע פֿעלקער,קיז
גיט אַ שבֿח צו אים ,אַלע אומות,
2װאָרום שטאַרק איז ז ַײן ֶחסד אױף אונדז,
און די טר ַײשאַפֿט פֿון גאָט איז אױף אײביק.
ַה ְללוָּיה.