Page 153 - Thilim
        P. 153
     תּהלים
                                31איך בין באַהעפֿט אָן ד ַײנע אָנזאָגן;
                                   גאָט ,זאָלסט מיך ניט פֿאַרשעמען.
                     32אין דעם װעג פֿון ד ַײנע געבאָט טו איך לױפֿן,
                              װאָרום דו דערברײטערסט מ ַײן האַרץ.
                           ה
                      33לערן מיך ,גאָט ,דעם װעג פֿון ד ַײנע געזעצן,
                                   און איך װעל אים היטן ביז לעצט.
                34מאַך מיך פֿאַרשטײן ,כּדי איך זאָל היטן ד ַײן תּורה,
                                   און זי האַלטן מיטן גאַנצן האַרצן.
                        35פֿיר מיך אין דעם שטעג פֿון ד ַײנע געבאָט,
                                 װאָרום נאָך אים האָב איך געגאַרט.
                                   36נ ַײג מ ַײן האַרץ צו ד ַײנע אָנזאָגן,
                                                און ניט צו גײציקײט.
                37נעם אַװעק מ ַײנע אױגן פֿון קוקן אױף נישטיקײט;
                                       אין ד ַײנע װעגן לעב מיך אױף.
                               38ז ַײ מקיים צו ד ַײן קנעכט ד ַײן צוזאָג
                                            װאָס צו ד ַײנע פֿאָרכטער.
                  39טו אָפּ מ ַײן שאַנד װאָס איך שרעק מיך דערפֿאַר,
                                   װאָרום ד ַײנע משפּטים ז ַײנען גוט.
                      40זע ,איך האָב געשמאַכט נאָך ד ַײנע באַפֿעלן;
                                אין ד ַײן גערעכטיקײט לעב מיך אױף.
                           ו
                    41און זאָלן קומען ד ַײנע חסדים אױף מיר ,גאָט,
                                           ד ַײן הילף לױט ד ַײן צוזאָג,
           42אַז איך זאָל קענען ענטפֿערן מ ַײן לעסטערער אַ װאָרט;
                  װאָרום איך האָב מיך פֿאַרזיכערט אױף ד ַײן װאָרט.
 43און זאָלסט ניט אָפּר ַײסן אין גאַנצן פֿון מ ַײן מױל דאָס װאָרט פֿון
                                                                 אמת,
                     װאָרום אױף ד ַײנע משפּטים האָב איך געהאַרט.
                               44און איך װעל תּמיד היטן ד ַײן תּורה,
                                          אױף אײביק און שטענדיק.
                           45און לאָמיך אומגײן אין דערברײטערניש





