Page 155 - Thilim
        P. 155
     תּהלים
               60איך האָב זיך געא ַײלט און ניט געזאַמט
                                  צו היטן ד ַײנע געבאָט.
 61די שטריק פֿון די ר ָשעים האָבן מיך אַרומגעקניפּט –
                      ד ַײן תּורה האָב איך ניט פֿאַרגעסן.
         62האַלבע נאַכט שטײ איך אױף דיר צו דאַנקען
                         פֿאַר ד ַײנע גערעכטע משפּטים.
           63אַ חבֿר בין איך צו אַלע װאָס פֿאָרכטן דיך,
                    און צו די װאָס היטן ד ַײנע באַפֿעלן.
                      64ד ַײן ֶחסד ,גאָט ,איז פֿול די ערד;
                                 לערן מיך ד ַײנע געזעצן.
                ט
                 65האָסט געטאָן גוטס מיט ד ַײן קנעכט,
                                   גאָט ,לױט ד ַײן װאָרט.
            66װױלפֿאַרשטאַנדיקײט און װיסן לערן מיך,
                    װאָרום איך גלױב אין ד ַײנע געבאָט.
          67אײדער איך האָב געליטן פֿלעג איך פֿאַרזען,
                  אָבער אַצונד טו איך היטן ד ַײן װאָרט.
                  68אַ גוטער ביסטו און אַ באַגיטיקער;
                                 לערן מיך ד ַײנע געזעצן.
    69די מוטװיליקע האָבן אָנגעשמירט אױף מיר ליגן;
            איך היט מיטן גאַנצן האַרצן ד ַײנע באַפֿעלן.
              70פֿאַרשטאָפּט װי פֿעטס איז זײער האַרץ;
                איך האָב מיך געקװיקט מיט ד ַײן תּורה.
   71װױל איז צו מיר װאָס איך בין געפּ ַײניקט געװאָרן,
                     כּדי איך זאָל לערנען ד ַײנע געזעצן.
               72מיר איז בעסער די תּורה פֿון ד ַײן מױל
                      אײדער טױזנטן גאָלד און זילבער.
                 י
  73ד ַײנע הענט האָבן מיך געשאַפֿן און מיך געפֿורעמט;
מאַך מיך פֿאַרשטײן ,כּדי איך זאָל לערנען ד ַײנע געבאָט.
        74ד ַײנע פֿאָרכטער װעלן מיך זען און זיך פֿרײען,
             װאָרום אױף ד ַײן װאָרט האָב איך געהאַרט.





