Page 160 - Thilim
        P. 160
     תּהלים
     134לײז מיך אױס פֿון דער דריקונג פֿון מענטשן,
                    כּדי איך זאָל היטן ד ַײנע באַפֿעלן.
            135דערל ַײכט ד ַײן פּנים אױף ד ַײן קנעכט,
                          און לערן מיך ד ַײנע געזעצן.
       136בעכן װאַסער האָבן פֿאַרגאָסן מ ַײנע אױגן,
         איבער די װאָס האָבן ניט געהיט ד ַײן תּורה.
              צ
                             137גערעכט ביסטו ,גאָט,
            און רעכטפֿאַרטיק ז ַײנען ד ַײנע משפּטים.
 138האָסט באַפֿױלן מיט גערעכטיקײט ד ַײנע אָנזאָגן,
                      און מיט געטר ַײשאַפֿט ביז גאָר.
          139מיך האָט אומגעבראַכט מ ַײן ערגערניש
    װ ַײל מ ַײנע פֿ ַײנט האָבן פֿאַרגעסן ד ַײנע װערטער.
              140געל ַײטערט איז ד ַײן װאָרט ביז גאָר,
                        און ד ַײן קנעכט האָט עס ליב.
                     141קלײן בין איך און פֿאַראַכט –
               ד ַײנע באַפֿעלן האָב איך ניט פֿאַרגעסן.
          142ד ַײן גערעכטיקײט איז אײביק גערעכט,
                             און ד ַײן תּורה איז אמת.
           143נױט און אַנגסט האָבן מיך געטראָפֿן –
                ד ַײנע געבאָט ז ַײנען מ ַײנע קװיקונגען.
        144גערעכט ז ַײנען ד ַײנע אָנזאָגן אױף אײביק;
             מאַך מיך פֿאַרשטײן ,כּדי איך זאָל לעבן.
              ק
             145איך האָב גערופֿן מיטן גאַנצן האַרצן;
  ענטפֿער מיר ,גאָט; ד ַײנע געזעצן װעל איך האַלטן.
                          146איך רוף דיך ,העלף מיך,
                     און איך װעל היטן ד ַײנע אָנזאָגן.
 147איך האָב מיך געפֿעדערט באַגינען און געשרִיען;
                  אױף ד ַײן װאָרט האָב איך געהאַרט.
 148מ ַײנע אױגן ז ַײנען פֿאַרױסגעלאָפֿן די נאַכטװאַכן,
                           צו טראַכטן אָן ד ַײן װאָרט.





