Page 162 - Thilim
        P. 162
     תּהלים
                                  164זיבן מאָל אַ טאָג לױב איך דיך
                                     פֿאַר ד ַײנע גערעכטע משפּטים.
              165גרױס פֿריד איז פֿאַר די ליבהאָבער פֿון ד ַײן תּורה,
                                 און ניטאָ פֿאַר זײ קײן שטרױכלונג.
                    166איך האָב אױסגעקוקט אױף ד ַײן הילף ,גאָט,
                                 און ד ַײנע געבאָט האָב איך געטאָן.
                             167מ ַײן זעל האָט געהיט ד ַײנע אָנזאָגן,
                                         און איך האָב זײ ליב זײער.
              168איך האָב געהיט ד ַײנע באַפֿעלן און ד ַײנע אָנזאָגן,
                           װאָרום אַלע מ ַײנע װעגן ז ַײנען פֿאַר דיר.
                          ת
                       169זאָל גענענען מ ַײן געשרײ פֿאַר דיר ,גאָט;
                              מאַך מיך פֿאַרשטײן ,לױט ד ַײן װאָרט.
                               170זאָל קומען מ ַײן געבעט פֿאַר דיר;
                                      ז ַײ מיך מציל לױט ד ַײן צוזאָג.
                          171מ ַײנע ליפּן װעלן שטראָמען מיט לױב,
                            אַז דו װעסט מיך לערנען ד ַײנע געזעצן.
                               172מ ַײן צונג װעט זינגען ד ַײן װאָרט,
                    װאָרום אַלע ד ַײנע געבאָט ז ַײנען גערעכטיקײט.
                                173זאָל ד ַײן האַנט ז ַײן מיר צו הילף,
                    װאָרום ד ַײנע באַפֿעלן האָב איך אױסדערװײלט.
                     174איך האָב געשמאַכט נאָך ד ַײן ישועה ,גאָט,
                                   און ד ַײן תּורה איז מ ַײן קװיקונג.
                              175זאָל לעבן מ ַײן זעל ,און דיך לױבן,
                               און זאָלן ד ַײנע משפּטים מיך העלפֿן.
              176איך האָב געבלאָנדזשעט װי אַ פֿאַרלאָרענע שאָף;
זוך אױף ד ַײן קנעכט ,װאָרום ד ַײנע געבאָט האָב איך ניט פֿאַרגעסן.
           1אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען.קכ
                    אין מ ַײן נױט האָב איך גערופֿן צו גאָט,
                                     און ער האָט מיר געענטפֿערט.
                                            2גאָט ,ז ַײ מציל מ ַײן זעל





