Page 166 - Thilim
P. 166
תּהלים
2ירושלים – אַרום איר ז ַײנען בערג,
און גאָט איז אַרום ז ַײן פֿאָלק,
פֿון אַצונד און ביז אײביק.
3װאָרום דער שטעקן פֿון שלעכטיקײט װעט ניט רוען
אױף דעם גורל פֿון די גערעכטע,
כּדי די גערעכטע זאָלן ניט אױסשטעקן
אין אומגערעכטיקײט זײערע הענט.
4באַגיטיק ,גאָט ,די גוטע,
און די װאָס ז ַײנען רעכטפֿאַרטיק אין זײערע הערצער.
5אָבער די װאָס נ ַײגן זיך אױף זײערע קרומע װעגן,
זײ װעט גאָט אַװעקפֿירן מיט די טוער פֿון אומרעכט.
שלום אױף ישׂראל!
1אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען.
אַז גאָט האָט אומגעקערט די אומקערונג פֿון ִציון,קכו
ז ַײנען מיר געװען װי אין ָחלום.
2דענצמאָל איז פֿול געװאָרן אונדזער מױל מיט געלעכטער,
און אונדזער צונג מיט געזאַנג;
דענצמאָל האָט מען געזאָגט צװישן די פֿעלקער:
גרױס געטאָן האָט גאָט מיט די דאָזיקע.
3גרױס געטאָן האָט גאָט מיט אונדז,
מיר ז ַײנען דערפֿרײט געװאָרן.
4ריכט אונדז ,גאָט ,װידער אױף.
װי שטראָמען אין טרוקענעם לאַנד.
5די װאָס זײען מיט טרערן,
זאָלן שנ ַײדן מיט געזאַנג.
6גײן גײט און װײנט
דער װאָס טראָגט דעם אױסשיט פֿון זריעה,
אָבער קומען זאָל קומען מיט געזאַנג
דער װאָס טראָגט ז ַײנע גאַרבן.