Page 164 - Thilim
P. 164

‫תּהלים‬

‫‪ 1‬אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען; פֿון ָד ִודן‪.‬‬

    ‫איך פֿרײ זיך אַז מע זאָגט מיר‪:‬קכב‬
                            ‫לאָמיר גײן אין גאָטס הױז‪.‬‬
                              ‫‪ 2‬אונדזערע פֿיס שטײען‬
                           ‫אין ד ַײנע טױערן‪ ,‬ירושלים;‬
                      ‫‪ 3‬ירושלים װאָס איז אױפֿגעבױט‬
      ‫װי אַ שטאָט װאָס איז זיך באַהעפֿט אין אײנעם;‬

                  ‫‪ 4‬װאָס אַהין גײען אַרױף די שבֿטים‪,‬‬
                                     ‫די שבֿטים פֿון ָיה‪,‬‬

                              ‫פֿאַר אַן עדות צו ישׂראל‪,‬‬
                      ‫צו דאַנקען דעם נאָמען פֿון גאָט‪.‬‬
         ‫‪ 5‬װאָרום דאָרטן שטײען טראָנען פֿון משפּט‪,‬‬

                             ‫די טראָנען פֿון ָד ִודס הױז‪.‬‬

                 ‫‪ 6‬בעט פֿאַר דעם שלום פֿון ירושלים;‬
            ‫זאָלן אין ַשלוה ז ַײן אַלע ד ַײנע ליבהאָבער‪.‬‬

                      ‫‪ 7‬זאָל ז ַײן שלום אין ד ַײן מױער‪,‬‬
                              ‫ַשלוה אין ד ַײנע פּאַלאַצן‪.‬‬

           ‫‪ 8‬פֿון װעגן מ ַײנע ברידער און מ ַײנע חבֿרים‬
                           ‫לאָמיך זאָגן‪ :‬שלום אין דיר!‬

          ‫‪ 9‬פֿון װעגן דעם הױז פֿון יהוה אונדזער גאָט‬
                                 ‫װינטש איך דיר גוטס‪.‬‬

    ‫‪ 1‬אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען‪.‬קכג‬

         ‫צו דיר הײב איך אױף מ ַײנע אױגן‪,‬‬
                     ‫דו װאָס טראָנסט אין די הימלען‪.‬‬
                          ‫‪ 2‬זע‪ ,‬װי די אױגן פֿון קנעכט‬
                         ‫צו דער האַנט פֿון זײער האַר‪,‬‬
                              ‫װי די אױגן פֿון אַ דינסט‬
                      ‫צו דער האַנט פֿון איר האַרינטע‪,‬‬

   ‫אַזױ ז ַײנען אונדזערע אױגן צו יהוה אונדזער גאָט‪,‬‬
                       ‫ביז ער װעט אונדז ל ַײטזעליקן‪.‬‬
   159   160   161   162   163   164   165   166   167   168   169