Page 165 - Thilim
P. 165

‫תּהלים‬

                   ‫‪ 3‬ל ַײטזעליק אונדז‪ ,‬גאָט‪ ,‬ל ַײטזעליק אונדז‪,‬‬
               ‫װאָרום איבערזאַט ז ַײנען מיר מיט פֿאַראַכטונג‪.‬‬

                                 ‫‪ 4‬איבערזאַט איז אונדזער זעל‬
                              ‫מיט דעם געשפּעט פֿון די רו ִיקע‪,‬‬
            ‫מיט דער פֿאַראַכטונג פֿון די האָפֿערדיקע דריקער‪.‬‬

        ‫‪ 1‬אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען; פֿון ָד ִודן‪.‬‬

 ‫‪ 2‬װען ניט גאָט װאָס איז געװען מיט אונדז –קכד‬
                                         ‫זאָל נון זאָגן ישׂראל –‬
                     ‫װען ניט גאָט װאָס איז געװען מיט אונדז‪,‬‬
              ‫בעת מענטשן ז ַײנען אױפֿגעשטאַנען אױף אונדז‪,‬‬
‫‪ 3‬דענצמאָל װאָלטן זײ אונדז לעבעדיקערהײט א ַײנגעשלונגען‪,‬‬

                   ‫װען זײער צאָרן האָט געגרימט אױף אונדז;‬
            ‫‪ 4‬דענצמאָל װאָלטן אונדז די װאַסערן פֿאַרפֿלײצט‪,‬‬
       ‫דער ט ַײך װאָלט אַריבערגעגאַנגען איבער אונדזער זעל;‬

              ‫‪ 5‬דענצמאָל װאָלטן אַריבער איבער אונדזער זעל‬
                                       ‫די מוטװיליקע װאַסערן‪.‬‬

                                            ‫‪ 6‬געלױבט איז גאָט‪,‬‬
                               ‫װאָס ער האָט אונדז ניט געגעבן‬

                                       ‫פֿאַר רױב צו זײערע צײן‪.‬‬
             ‫‪ 7‬אונדזער זעל איז אַנטרונען געװאָרן װי אַ פֿױגל‬

                                     ‫פֿון די פֿאַנגערס פּאַסטקע;‬
                            ‫די פּאַסטקע איז צעבראָכן געװאָרן‪,‬‬

                             ‫און מיר ז ַײנען אַנטרונען געװאָרן‪.‬‬
                      ‫‪ 8‬אונדזער הילף איז אין נאָמען פֿון גאָט‪,‬‬

                            ‫דעם באַשעפֿער פֿון הימל און ערד‪.‬‬

      ‫‪ 1‬אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען‪.‬קכה‬

                 ‫די װאָס פֿאַרזיכערן זיך אױף גאָט‬
                         ‫ז ַײנען אַזױ װי באַרג ִציון‪,‬‬
                                             ‫װאָס רירט זיך ניט;‬
                                        ‫אײביק פֿאַרבל ַײבט ער‪.‬‬
   160   161   162   163   164   165   166   167   168   169   170