Page 157 - Thilim
        P. 157
     תּהלים
                           ל
                                                 89אױף אײביק ,גאָט,
                                     באַשטײט ד ַײן װאָרט אין הימל.
                              90אױף ָדור-דורות איז ד ַײן טר ַײשאַפֿט;
                         האָסט באַפֿעסטיקט די ערד ,און זי שטײט.
                              91לױט ד ַײנע געזעצן שטײען זײ ה ַײנט,
                              װאָרום אַלע זאַכן ז ַײנען ד ַײנע קנעכט.
                             92װען ניט ד ַײן תּורה איז מ ַײן קװיקונג,
                          װאָלט איך אונטערגעגאַנגען אין מ ַײן פּ ַײן.
                    93איך װעל אײביק ניט פֿאַרגעסן ד ַײנע באַפֿעלן,
                           װאָרום מיט זײ האָסטו מיך אױפֿגעלעבט.
                                        94ד ַײנער בין איך ,העלף מיך,
                         װאָרום ד ַײנע באַפֿעלן האָב איך געפֿאָרשט.
 95די ר ָשעים האָבן אױסגעקוקט אױף מיר ,מיך אונטערצוברענגען;
                                     איך קליג מיך אין ד ַײנע אָנזאָגן.
              96צו יעטװעדער שטרעבונג האָב איך געזען אַן ענד –
                                  ד ַײנע געבאָט ז ַײנען ברײט ביז גאָר.
                           מ
                                       97װי ליב איך האָב ד ַײן תּורה!
                                אַ גאַנצן טאָג איז זי מ ַײן טראַכטונג.
                 98קליגער פֿון מ ַײנע פֿ ַײנט מאַכן מיך ד ַײנע געבאָט,
                                    װאָרום זײ ז ַײנען אײביק ב ַײ מיר.
                 99פֿון אַלע מ ַײנע לערער בין איך פֿאַרשטאַנדיקער,
                         װאָרום ד ַײנע אָנזאָגן ז ַײנען מ ַײן טראַכטונג.
                                   100מער פֿון זקנים פֿאַרשטײ איך,
                             װ ַײל ד ַײנע באַפֿעלן האָב איך געהאַלטן.
              101פֿון יעטװעדער בײזן װעג פֿאַרמ ַײד איך מ ַײנע פֿיס,
                                       כּדי איך זאָל היטן ד ַײן װאָרט.
                     102פֿון ד ַײנע געזעצן האָב איך ניט אָפּגעקערט,
                                     װאָרום דו האָסט מיך געלערנט.
                     103װי זיס ז ַײנען ד ַײנע װערטער צו מ ַײן גומען,
                                     מער פֿון האָניק פֿאַר מ ַײן מױל!





