Page 156 - Thilim
        P. 156
     תּהלים
          75איך װײס ,גאָט ,אַז גערעכט ז ַײנען ד ַײנע משפּטים,
                  און אױס טר ַײשאַפֿט האָסטו מיך געפּ ַײניקט.
           76זאָל ז ַײן ,איך בעט דיך ,ד ַײן ֶחסד מיך צו טרײסטן,
                             אַזױ װי ד ַײן צוזאָג צו ד ַײן קנעכט.
 77זאָל קומען אױף מיר ד ַײן דערבאַרימונג ,כּדי איך זאָל לעבן,
                           װאָרום ד ַײן תּורה איז מ ַײן קװיקונג.
   78זאָלן פֿאַרשעמט װערן די מוטװיליקע ,װ ַײל זײ האָבן מיך
                                         געקריװדעט אומנישט;
                           איך װעל טראַכטן אָן ד ַײנע באַפֿעלן.
                 79זאָלן זיך קערן צו מיר די װאָס פֿאָרכטן דיך,
                               און די װאָס װײסן ד ַײנע אָנזאָגן.
                 80זאָל מ ַײן האַרץ ז ַײן גאַנץ אין ד ַײנע געזעצן,
                             כּדי איך זאָל ניט פֿאַרשעמט װערן.
                       כ
                           81מ ַײן זעל גײט אױס נאָך ד ַײן הילף,
                                  אױף ד ַײן װאָרט טו איך האַרן.
                      82מ ַײנע אױגן גײען אױס נאָך ד ַײן צוזאָג,
                       אַזױ צו זאָגן :װען װעסטו מיך טרײסטן?
                   83הגם איך בין געװאָרן װי אַ לאָגל אין רױך,
                          האָב איך ד ַײנע געזעצן ניט פֿאַרגעסן.
                       84װי פֿיל ז ַײנען די טעג פֿון ד ַײן קנעכט?
             װען װעסטו אַ משפּט טאָן אױף מ ַײנע נאָכיאָגער?
                  85די מוטװיליקע האָבן מיר געגראָבן גריבער,
                                  װאָס איז ניט לױט ד ַײן תּורה.
                      86אַלע ד ַײנע געבאָט ז ַײנען װאָרהאַפֿטיק;
                  אומנישט האָבן זײ מיך גערודפֿט; העלף מיך.
                87זײ האָבן מיך שיר פֿאַרלענדט אױף דער ערד,
                  אָבער איך האָב ניט פֿאַרלאָזן ד ַײנע באַפֿעלן.
                                88לעב מיך אױף לױט ד ַײן ֶחסד,
                  און איך װעל היטן דעם אָנזאָג פֿון ד ַײן מױל.





