Page 136 - Thilim
P. 136

‫תּהלים‬

                          ‫און זײערע טעכטער צו די ֵשדים‪,‬‬
                 ‫‪ 38‬און האָבן פֿאַרגאָסן אומשולדיק בלוט‪,‬‬
            ‫דאָס בלוט פֿון זײערע זין און זײערע טעכטער‪,‬‬
    ‫װאָס זײ האָבן געשלאַכט צו די געצנבילדער פֿון כַּנ ַען;‬
            ‫און דאָס לאַנד איז זינדיק געװאָרן דורך בלוט‪.‬‬
    ‫‪ 39‬און זײ ז ַײנען געװאָרן אומרײן דורך זײערע מעשׂים‪,‬‬
                ‫און פֿאַרפֿירט געװאָרן אין זײערע טוּונגען‪.‬‬
‫‪ 40‬און דער צאָרן פֿון גאָט האָט געגרימט אױף ז ַײן פֿאָלק‪,‬‬
                  ‫און ער האָט פֿאַראומװערדיקט ז ַײן אַרב‪.‬‬
‫‪ 41‬און ער האָט זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון די פֿעלקער‪,‬‬
         ‫און זײערע ָשׂונאים האָבן געװעלטיקט איבער זײ‪.‬‬

                   ‫‪ 42‬און זײערע פֿ ַײנט האָבן זײ געדריקט‪,‬‬
‫און זײ ז ַײנען אונטערטעניק געװאָרן אונטער זײער האַנט‪.‬‬

                      ‫‪ 43‬פֿיל מאָל פֿלעגט ער זײ מציל ז ַײן‪,‬‬
        ‫אָבער זײ פֿלעגן װידערשפּעניקן אין זײער באַראָט‪,‬‬

                 ‫און ז ַײנען אַראָפּגעקומען דורך זײער זינד‪.‬‬
                       ‫‪ 44‬און ער האָט צוגעזען זײער נױט‪,‬‬
                        ‫אַז ער האָט געהערט זײער געשרײ‪.‬‬

                    ‫‪ 45‬און ער האָט זײ געדענקט ז ַײן בונד‪,‬‬
                   ‫און זיך באַדאַכט לױט ז ַײן גרױס גענאָד‪.‬‬
                  ‫‪ 46‬און ער האָט זײ געגעבן דערבאַרימונג‬

                                   ‫ב ַײ אַלע זײערע פֿאַנגער‪.‬‬
                       ‫‪ 47‬העלף אונדז‪ ,‬יהוה אונדזער גאָט‪,‬‬
                      ‫און זאַמל אונדז א ַײן פֿון די פֿעלקער‪,‬‬

                            ‫צו דאַנקען ד ַײן הײליקן נאָמען‪,‬‬
                                ‫זיך צו רימען מיט ד ַײן לױב‪.‬‬

                ‫‪ 48‬געלױבט איז יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל‬
                          ‫פֿון אײביקײט און ביז אײביקײט‪,‬‬

                    ‫און זאָל דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָגן‪ :‬אָמן!‬
                                                    ‫ַה ְללוָּיה‪.‬‬
   131   132   133   134   135   136   137   138   139   140   141