Page 126 - Thilim
P. 126

‫תּהלים‬

                  ‫‪ 15‬װאָרום ד ַײנע קנעכט גאַרן נאָך אירע שטײנער‪,‬‬
                                        ‫און איר שטױב האָבן זײ ליב‪.‬‬

            ‫‪ 16‬און די פֿעלקער װעלן פֿאָרכטן דעם נאָמען פֿון גאָט‪,‬‬
                          ‫און אַלע מלכים פֿון דער ערד ד ַײן פּראַכט‪,‬‬
                                 ‫‪ 17‬װען גאָט האָט אױפֿגעבױט ִציון‪,‬‬
                                         ‫זיך באַװיזן אין ז ַײן פּראַכט;‬

                     ‫‪ 18‬זיך געקערט צו דער תּפֿילה פֿון דעם עלנדן‪,‬‬
                                      ‫און ניט פֿאַראַכט זײער תּפֿילה‪.‬‬

            ‫‪ 19‬דאָס װעט פֿאַרשריבן װערן פֿאַרן שפּעטערדיקן ָדור‪,‬‬
        ‫און דאָס פֿאָלק װאָס װעט באַשאַפֿן װערן‪ ,‬װעט לױבן גאָט‪.‬‬

          ‫‪ 20‬װאָרום ער האָט אַראָפּגעקוקט פֿון ז ַײן הײליקער הײך;‬
                         ‫גאָט האָט פֿון הימל געלוגט אױף דער ערד‪,‬‬
                         ‫‪ 21‬צו הערן דאָס קרעכצן פֿון געפֿאַנגענעם‪,‬‬
                            ‫פֿר ַײ צו מאַכן די אָנגעברײטע צום טױט‪.‬‬

                    ‫‪ 22‬כּדי מע זאָל דערצײלן אין ִציון גאָטס נאָמען‪,‬‬
                                           ‫און ז ַײן לױב אין ירושלים‪,‬‬

                   ‫‪ 23‬װען די פֿעלקער זאַמלען זיך א ַײן אין אײנעם‪,‬‬
                                     ‫און די קיניגר ַײכן צו דינען גאָט‪.‬‬

                        ‫‪ 24‬ער האָט אָפּגעשלאַפֿט אין װעג מ ַײן כּוח‪,‬‬
                                       ‫ער האָט געקירצט מ ַײנע טעג‪.‬‬

‫‪ 25‬איך זאָג‪ :‬מ ַײן גאָט‪ ,‬זאָלסט מיך ניט אַװעקנעמען אין העלפֿט פֿון‬
                                                           ‫מ ַײנע טעג‪,‬‬

                          ‫דו װאָס אױף ָדור‪-‬דורות ז ַײנען ד ַײנע יאָרן‪.‬‬
                      ‫‪ 26‬לאַנג צוריק האָסטו די ערד געגרונטפֿעסט‪,‬‬
                  ‫און דאָס װערק פֿון ד ַײנע הענט ז ַײנען די הימלען‪.‬‬
                    ‫‪ 27‬זײ װעלן אונטערגײן‪ ,‬און דו װעסט באַשטײן‪,‬‬

                               ‫יאָ‪ ,‬זײ אַלע װעלן װי אַ בגד צעקריכן‪,‬‬
               ‫װי אַ מלבוש װעסטו זײ ב ַײטן‪ ,‬און זײ װעלן פֿאַרגײן;‬

                                   ‫‪ 28‬אָבער דו ביסט דער אײגענער‪,‬‬
                                ‫און ד ַײנע יאָרן װעלן זיך ניט ענדיקן‪.‬‬
                        ‫‪ 29‬די קינדער פֿון ד ַײנע קנעכט װעלן בל ַײבן‪,‬‬
                       ‫און זײער זאָמען װעט שטײן פֿעסט פֿאַר דיר‪.‬‬
   121   122   123   124   125   126   127   128   129   130   131