Page 113 - Thilim
P. 113
תּהלים
און ז ַײן טראָן װי די זון פֿאַר מיר.
38אַזױ װי די לבֿנה זאָל ער אײביק באַשטײן,
און װי דער געטר ַײער עדות אין הימלֶ .ס ָלה.
39אָבער דו האָסט פֿאַרלאָזן און פֿאַראַכט,
האָסט זיך פֿאַרצאָרנט אױף ד ַײן געזאַלבטן.
40האָסט אַװעקגעװאָרפֿן דעם בונד פֿון ד ַײן קנעכט,
האָסט פֿאַרשװעכט צו דער ערד ז ַײן קרױן.
41האָסט צעבראָכן אַלע ז ַײנע צאַמען,
האָסט געמאַכט פֿון ז ַײנע פֿעסטונגען אַ ֶתּל.
42צערױבט האָבן אים אַלע װעגגײער,
ער איז געװאָרן אַ חרפּה ב ַײ ז ַײנע שכנים.
43האָסט דערהױבן די רעכטע האַנט פֿון ז ַײנע דריקער,
האָסט דערפֿרײט אַלע ז ַײנע פֿ ַײנט.
44אױך האַלטסטו צוריק דעם שאַרף פֿון ז ַײן שװערד,
און האָסט אים ניט געלאָזט אױפֿשטײן אין מלחמה.
45האָסט פֿאַרשטערט ז ַײן לױטערקײט,
און געשל ַײדערט ז ַײן טראָן צו דער ערד.
46האָסט געקירצט די טעג פֿון ז ַײן יוגנט,
האָסט אים מיט בושה באַדעקטֶ .ס ָלה.
47ביז װאַנען ,גאָט ,װעסטו זיך פֿאַרבאָרגן נאָכאַנאַנד?
װעט ברענען װי אַ פֿ ַײער ד ַײן גרימצאָרן?
48געדענק ,װאָס איז מ ַײן געדױער;
צו װאָס פֿאַר נישטיקײט דו האָסט באַשאַפֿן אַלע מענטשנקינדער.
49װאָסער מענטש קען לעבן און ניט זען דעם טױט?
מאַכן אַנטרינען ז ַײן זעל פֿון דער האַנט פֿון דער אונטערערד? ֶס ָלה.
50װוּ ז ַײנען ד ַײנע פֿר ִיערדיקע חסדים ,גאָט,
װאָס דו האָסט געשװאָרן ָד ִודן אין ד ַײן טר ַײשאַפֿט?
51געדענק ,גאָט ,די לעסטערונג פֿון ד ַײנע קנעכט,
װאָס איך טראָג אין מ ַײן בוזעם פֿון אַל די פֿיל פֿעלקער;
52װאָס ד ַײנע פֿ ַײנט ,גאָט ,לעסטערן,
װאָס זײ לעסטערן די טריט פֿון ד ַײן געזאַלבטן.
53געלױבט איז גאָט אײביק,
אָמן און אָמן!