Page 106 - Thilim
P. 106

‫תּהלים‬

                                                   ‫צום לעבעדיקן גאָט‪.‬‬
                                    ‫‪ 4‬אַפֿילו אַ שפּערל געפֿינט אַ הײם‪,‬‬

                                      ‫און אַ שװאַלב אַ נעסט פֿאַר זיך‪,‬‬
                                           ‫װוּ זי טוט אַהין אירע יונגע‪,‬‬

                                  ‫ב ַײ ד ַײנע מזבחות‪ ,‬יהוה פֿון צבֿאות‪,‬‬
                                               ‫מ ַײן קיניג און מ ַײן גאָט‪.‬‬

                                  ‫‪ 5‬װױל צו די װאָס זיצן אין ד ַײן הױז;‬
                                        ‫תּמיד װעלן זײ דיך לױבן‪ֶ .‬ס ָלה‪.‬‬

            ‫‪ 6‬װױל צו די מענטשן װאָס זײער שטאַרקײט איז אין דיר‪,‬‬
                             ‫װאָס ד ַײנע װעגן ז ַײנען אין זײער האַרצן‪.‬‬
                                       ‫‪ 7‬דורכגײענדיק דעם טאָל ָבכאָ‪,‬‬
                                          ‫מאַכן זײ אים פֿאַר אַ קװאַל;‬

                           ‫יאָ‪ ,‬אַ פֿרירעגן באַקלײדט אים מיט ברכות‪.‬‬
                             ‫‪ 8‬זײ גײען פֿון שטאַרקײט צו שטאַרקײט‪,‬‬
                                        ‫זײ װ ַײזן זיך פֿאַר גאָט אין ִציון‪.‬‬

                      ‫‪ 9‬יהוה דו גאָט פֿון צבֿאות‪ ,‬הער צו מ ַײן תּפֿילה‪,‬‬
                                     ‫פֿאַרנעם‪ ,‬דו גאָט פֿון יעקבֿ‪ֶ .‬ס ָלה‪.‬‬
                                            ‫‪ 10‬גאָט אונדזער שילד‪ ,‬זע‪,‬‬

                          ‫און קוק אױף דעם פּנים פֿון ד ַײן געזאַלבטן‪.‬‬
                             ‫‪ 11‬װאָרום בעסער אַ טאָג אין ד ַײנע הױפֿן‬
                                         ‫אײדער טױזנט ]אַנדערש װוּ[;‬

   ‫איך װאָלט אױסגעװײלט שטײן ב ַײם שװעל אין הױז פֿון מ ַײן גאָט‪,‬‬
                           ‫אײדער װױנען אין געצעלטן פֿון אומרעכט‪.‬‬
                          ‫‪ 12‬װאָרום אַ זון און אַ שילד איז גאָט יהוה‪,‬‬
                                                ‫חן און כּבֿוד גיט יהוה;‬
                                          ‫ער פֿאַרמ ַײדט ניט קײן גוטס‬
                                     ‫פֿון די װאָס גײען אין ערלעכקײט‪.‬‬
                                                   ‫‪ 13‬גאָט פֿון צבֿאות‪,‬‬

                ‫װױל צו דעם מענטשן װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף דיר‪.‬‬

‫‪ 1‬פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער; פֿון די קינדער פֿון קֹ ַרח אַ מזמור‪.‬‬

         ‫‪ 2‬האָסט באַװיליקט‪ ,‬גאָט‪ ,‬ד ַײן לאַנד‪,‬פּה‬

                    ‫האָסט אומגעקערט די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון יעקבֿ‪.‬‬
   101   102   103   104   105   106   107   108   109   110   111