Page 103 - Thilim
P. 103

‫תּהלים‬

                                 ‫אױף אַ זיסער האַרף מיט אַ גיטאַר‪.‬‬
                                 ‫‪ 4‬בלאָזט אַ שופֿר אום ראש‪-‬חודש‪,‬‬
                              ‫אין האַלב חודש צו אונדזער יום‪-‬טובֿ‪.‬‬
                             ‫‪ 5‬װאָרום דאָס איז אַ חוק פֿאַר ישׂראל‪,‬‬

                                   ‫אַ געזעץ פֿון דעם גאָט פֿון יעקבֿ‪.‬‬
                         ‫‪ 6‬אַן עדות אין יוסף האָט ער עס געמאַכט‪,‬‬

                          ‫אַז װען ער איז אַרױס אױף לאַנד מצ ַר ִים‪,‬‬
                    ‫האָב איך אַ שפּראַך מיר אומבאַקאַנט געהערט‪.‬‬

                        ‫‪„ 7‬איך האָב אָפּגעטאָן ז ַײן רוקן פֿון לאַסט‪,‬‬
                      ‫ז ַײנע הענט זאָלן אַװעק פֿון דעם טראָגקאָרב‪.‬‬
         ‫‪ 8‬האָסט גערופֿן אין נױט‪ ,‬און איך האָב דיך אַרױסגעצױגן‪,‬‬
     ‫איך האָב דיר געענטפֿערט פֿון דער פֿאַרבאָרגעניש פֿון דונער‪.‬‬
           ‫איך האָב דיך געפּרוּװט ב ַײ די װאַסערן פֿון מריבֿה‪ֶ .‬ס ָלה‪.‬‬
                    ‫‪ 9‬הער‪ ,‬מ ַײן פֿאָלק‪ ,‬און איך װעל דיך װאָרענען‪,‬‬

                               ‫ישׂראל‪ ,‬װען דו זאָלסט מיר צוהערן!‬
                           ‫‪ 10‬קײן אַנדער גאָט זאָל ניט ז ַײן ב ַײ דיר‪,‬‬
                     ‫און זאָלסט זיך ניט בוקן צו קײן פֿרעמדן גאָט‪.‬‬

                                          ‫‪ 11‬איך בין יהוה ד ַײן גאָט‪,‬‬
                    ‫װאָס האָט דיך אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מצ ַר ִים;‬

                                          ‫מאַך אױף ברײט ד ַײן מױל‬
                                          ‫און איך װעל עס אָנפֿילן‪”.‬‬

             ‫‪ 12‬אָבער מ ַײן פֿאָלק האָט ניט צוגעהערט צו מ ַײן ָקול‪,‬‬
                        ‫און ישׂראל האָט ניט א ַײנגעװיליקט צו מיר‪.‬‬

‫‪ 13‬און איך האָב אים פֿר ַײ געלאָזט אין דער א ַײנגעשפּאַרטקײט פֿון‬
                                                          ‫ז ַײן האַרצן‪,‬‬

                                  ‫זײ זאָלן גײן לױט זײערע באַראָטן‪.‬‬
                          ‫‪ 14‬װען מ ַײן פֿאָלק װאָלט צוהערן צו מיר‪,‬‬

                            ‫װען ישׂראל װאָלט אין מ ַײנע װעגן גײן!‬
                   ‫‪ 15‬איך װאָלט גיך אונטערטעניקט זײערע פֿ ַײנט‪,‬‬

                      ‫און אױף זײערע דריקער געקערט מ ַײן האַנט‪.‬‬
            ‫‪ 16‬די ָשׂונאים פֿון גאָט װאָלטן א ַײנגעגאַנגען פֿאַר אים‪,‬‬

                            ‫און זײער שטראָף װאָלט געװען אײביק‪.‬‬
       ‫‪ 17‬און אים װאָלט מען געשפּ ַײזט מיט דעם פֿעטס פֿון װײץ;‬

              ‫און פֿון פֿעלדז דיך װאָלט איך מיט האָניק געזעטיקט‪.‬‬
   98   99   100   101   102   103   104   105   106   107   108