Page 99 - Thilim
P. 99

‫תּהלים‬

                    ‫‪ 52‬און ער האָט געמאַכט צ ִיען װי שאָף ז ַײן פֿאָלק‪,‬‬
                              ‫און זײ געפֿירט װי אַ סטאַדע אין מדבר‪.‬‬

‫‪ 53‬און ער האָט זײ באַלײט אין זיכערקײט‪ ,‬און זײ האָבן ניט געאַנגסט‪,‬‬
                            ‫און זײערע פֿ ַײנט האָט צוגעדעקט דער ים‪.‬‬

               ‫‪ 54‬און ער האָט זײ געבראַכט צו ז ַײן הײליקן געמאַרק‪,‬‬
             ‫צו דעם באַרג װאָס ז ַײן רעכטע האַנט האָט זיך געשאַפֿן‪.‬‬

                     ‫‪ 55‬און ער האָט פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר זײ פֿעלקער‪,‬‬
               ‫און זײ אױסגעװאָרפֿן מיט אַ מעסטשנור פֿאַר אַ נחלה;‬

                               ‫און געמאַכט רוען אין זײערע געצעלטן‬
                                                 ‫די שבֿטים פֿון ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 56‬אָבער זײ האָבן געפּרוּװט און װידערשפּעניקט גאָט דעם אױבערשטן‪,‬‬
                                 ‫און ז ַײנע אָנזאָגן האָבן זײ ניט געהיט‪.‬‬

   ‫‪ 57‬און זײ האָבן זיך אָפּגעקערט און געפֿעלשט װי זײערע עלטערן‪,‬‬
                    ‫זײ ז ַײנען פֿאַרקערט געװאָרן װי אַ פֿאַלשער בױגן‪.‬‬

                  ‫‪ 58‬און זײ האָבן אים דערצערנט מיט זײערע ָבמות‪,‬‬
                               ‫און מיט זײערע געצן אים דערבײזערט‪.‬‬

                     ‫‪ 59‬האָט גאָט געהערט און איז אין כּעס געװאָרן‪,‬‬
                                  ‫און ער האָט זײער פֿאַראַכט ישׂראל‪.‬‬

                ‫‪ 60‬און ער האָט אַװעקגעװאָרפֿן דעם ִמשכּן פֿון שילו‪,‬‬
          ‫דאָס געצעלט װאָס ער האָט געמאַכט רוען צװישן מענטשן‪.‬‬
         ‫‪ 61‬און ער האָט געגעבן אין געפֿאַנגענשאַפֿט ז ַײן שטאַרקײט‪,‬‬

                             ‫און ז ַײן פּראַכט אין דער האַנט פֿון פֿ ַײנט‪.‬‬
          ‫‪ 62‬און ער האָט איבערגעענטפֿערט צום שװערד ז ַײן פֿאָלק‪,‬‬

                                    ‫און האָט אױף ז ַײן נחלה געצערנט‪.‬‬
                          ‫‪ 63‬זײערע בחורים האָט פֿאַרצערט אַ פֿ ַײער‪,‬‬
               ‫און זײערע יונגפֿרױען ז ַײנען געבליבן אָן אַ חתונה‪-‬ליד‪.‬‬
                       ‫‪ 64‬זײערע כּהנים ז ַײנען געפֿאַלן דורכן שװערד‪,‬‬
                    ‫און זײערע אלמנות פֿלעגן צו מאָל ניט באַװײנען‪.‬‬

               ‫‪ 65‬אָבער גאָט האָט אױפֿגעװאַכט װי אַ שלאָפֿעדיקער‪,‬‬
                     ‫אַזױ װי אַ ִגבור װאָס ניכטערט זיך אױס פֿון װ ַײן‪.‬‬
                          ‫‪ 66‬און ער האָט צוריקגעשלאָגן ז ַײנע פֿ ַײנט;‬
                                ‫אַן אײביקע שאַנד האָט ער זײ געגעבן‪.‬‬

                  ‫‪ 67‬אָבער ער האָט פֿאַראַכט דאָס געצעלט פֿון יוסף‪,‬‬
                            ‫און דעם שבֿט אפֿ ַר ִים ניט אױסדערװײלט;‬
   94   95   96   97   98   99   100   101   102   103   104