Page 104 - Thilim
P. 104

‫תּהלים‬

         ‫‪ 1‬אַ מזמור פֿון אָ ָספֿן‪.‬פּב‬

           ‫גאָט שטײט אין דער עדה פֿון גאָט‪,‬‬
             ‫אין מיטן פֿון די ריכטער טוט ער משפּטן‪.‬‬

         ‫‪„ 2‬ביז װאַנען װעט איר משפּטן אומגערעכט‪,‬‬
           ‫און שױנען דעם פּנים פֿון די ר ָשעים? ֶס ָלה‪.‬‬
             ‫‪ 3‬טוט רעכט דעם אָרימאַן און דעם יתום‪,‬‬

‫דעם געדריקטן און דעם באַדערפֿטיקן מאַכט גערעכט‪.‬‬
      ‫‪ 4‬מאַכט אַנטרינען דעם אָרימאַן און דעם אבֿיון‪,‬‬
              ‫פֿון דער האַנט פֿון די ר ָשעים ז ַײט מציל‪.‬‬
               ‫‪ 5‬זײ װײסן ניט‪ ,‬און זײ פֿאַרשטײען ניט‪,‬‬
                        ‫אין פֿינצטערניש גײען זײ אום;‬
            ‫אַלע גרונטפֿעסטן פֿון דער ערד פֿאַלן אום‪.‬‬
                ‫‪ 6‬איך װאָלט געזאָגט‪ ,‬געטער ז ַײט איר‪,‬‬
            ‫און זין פֿון דעם אױבערשטן ז ַײט איר אַלע‪.‬‬
        ‫‪ 7‬אָבער אַזױ װי אַ מענטש װעט איר שטאַרבן‪,‬‬
          ‫און װי אײנער פֿון די האַרן װעט איר פֿאַלן”‪.‬‬

                     ‫‪ 8‬שטײ אױף‪ ,‬גאָט‪ ,‬משפּט די ערד‪,‬‬
                 ‫װאָרום אַלע פֿעלקער ז ַײנען ד ַײן אַרב‪.‬‬

     ‫‪ 1‬אַ געזאַנג‪ ,‬אַ מזמור פֿון אָ ָספֿן‪.‬פּג‬
                           ‫‪ 2‬גאָט‪ ,‬ניט ז ַײ שטיל‪,‬‬
            ‫זאָלסט ניט פֿאַרשװ ַײגן און ניט רוען‪ ,‬גאָט‪.‬‬

                     ‫‪ 3‬װאָרום זע‪ ,‬ד ַײנע פֿ ַײנט טומלען‪,‬‬
              ‫און ד ַײנע ָשׂונאים הײבן אױף דעם קאָפּ‪.‬‬
             ‫‪ 4‬אַקעגן ד ַײן פֿאָלק סוֹדען זײ זיך ליסטיק‪,‬‬
              ‫און זײ ֵעצהן זיך אַקעגן ד ַײנע באַשיצטע‪.‬‬

                             ‫‪ 5‬זײ האָבן געזאָגט‪ :‬קומט‪,‬‬
           ‫און לאָמיר זײ פֿאַרטיליקן פֿון ז ַײן אַ פֿאָלק‪,‬‬
   ‫אַז מער זאָל ניט געדאַכט װערן דער נאָמען ישׂראל‪.‬‬
‫‪ 6‬װאָרום זײ האָבן געהאַלטן אַן עצה מיט אײן האַרצן‪,‬‬

                      ‫קעגן דיר אַ בונד טוען זײ שליסן‪.‬‬
          ‫‪ 7‬די געצעלטן פֿון אדום‪ ,‬און די ישמע ֵאלים‪,‬‬
   99   100   101   102   103   104   105   106   107   108   109