Page 174 - Thilim
P. 174
תּהלים
16צו דעם װאָס האָט געפֿירט ז ַײן פֿאָלק אין דער מדבר,
װאָרום אױף אײביק איז ז ַײן ֶחסד.
17צו דעם װאָס האָט געשלאָגן גרױסע מלכים,
װאָרום אױף אײביק איז ז ַײן ֶחסד;
18און געהרגעט שטאַרקע מלכים,
װאָרום אױף אײביק איז ז ַײן ֶחסד;
19סיחון דער מלך פֿון אמורי,
װאָרום אױף אײביק איז ז ַײן ֶחסד;
20און עוג דעם מלך פֿון בשן,
װאָרום אױף אײביק איז ז ַײן ֶחסד;
21און געגעבן זײער לאַנד פֿאַר אַ נחלה,
װאָרום אױף אײביק איז ז ַײן ֶחסד;
22אַ נחלה פֿאַר ישׂראל ז ַײן קנעכט,
װאָרום אױף אײביק איז ז ַײן ֶחסד.
23צו דעם װאָס האָט אין אונדזער דערנידערונג געדאַכט אָן אונדז,
װאָרום אױף אײביק איז ז ַײן ֶחסד;
24און אונדז אױסגעלײזט פֿון אונדזערע דריקער,
װאָרום אױף אײביק איז ז ַײן ֶחסד.
25װאָס גיט ברױט צו יעטװעדער באַשעפֿעניש,
װאָרום אױף אײביק איז ז ַײן ֶחסד.
26גיט אַ דאַנק צום גאָט פֿון די הימלען,
װאָרום אױף אײביק איז ז ַײן ֶחסד.
1ב ַײ די ט ַײכן פֿון ָבבֿל,קלז
דאָרטן ז ַײנען מיר געזעסן און געװײנט,
אַז מיר האָבן זיך דערמאָנט אָן ִציון.
2אױף די װערבעס װאָס אין איר
האָבן מיר אױפֿגעהאַנגען אונדזערע האַרפֿן;
3װאָרום דאָרטן האָבן אונדזערע פֿאַנגער
פֿאַרלאַנגט פֿון אונדז װערטער פֿון געזאַנג,
און אונדזערע פּ ַײניקער,
פֿרײלעכקײט: