Page 176 - Thilim
P. 176
תּהלים
װאָרום גרױס איז דער כּבֿוד פֿון גאָט.
6װאָרום גאָט איז דערהױבן,
אָבער ער זעט דעם נידעריקן,
און װי הױך ער איז,
װײס ער פֿון דער װ ַײטן.
7אַז איך גײ אין דער מיט פֿון נױט,
לעבסטו מיך אױף;
צו ל ַהכ ִעיס מ ַײנע פֿ ַײנט שטרעקסטו אױס ד ַײן האַנט,
און ד ַײן רעכטע האַנט העלפֿט מיך.
8גאָט פֿירט אױס פֿאַר מיר;
גאָט ,ד ַײן ֶחסד איז אױף אײביק;
די װערק פֿון ד ַײנע הענט זאָלסטו ניט פֿאַרלאָזן.
1פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער; פֿון ָד ִודן אַ מזמור.
גאָט ,דו האָסט מיך אױסגעפֿאָרשט ,און קענסט מיך.קלט
2דו װײסט מ ַײן זיצן און מ ַײן אױפֿשטײן,
פֿאַרשטײסט מ ַײן טראַכטונג פֿון דער װ ַײטן.
3מ ַײן גײן און מ ַײן ליגן זיפּסטו דורך,
און אין אַלע מ ַײנע װעגן ביסטו באַהאַװנט.
4װאָרום דאָס װאָרט איז נאָך צו מאָל ניט אױף מ ַײן צונג,
װײסטו עס דאָך ,גאָט ,שױן אין גאַנצן.
5הינטן און פֿאָרנט האָסטו מיך באַלעגערט,
און אַרױפֿגעטאָן אױף מיר ד ַײן האַנט.
6צו װוּנדערלעך איז דאָס פֿאַר מיר צו פֿאַרשטײן,
צו הױך ,איך קען עס ניט באַנעמען.
7װוּהין זאָל איך אַװעקגײן פֿון ד ַײן ג ַײסט?
און װוּהין זאָל איך פֿון ד ַײן פּנים אַנטלױפֿן?
8זאָל איך אַרױפֿגײן אין הימל ,ביסטו דאָרטן,
און זאָל איך מיר אױסבעטן אין אונטערערד ,ערשט ביסט דאָ.
9זאָל איך נעמען די פֿליגלען פֿון באַגינען,
זאָל איך רוען אין עק פֿון ים,
10װעט אױך דאָרטן מיך פֿירן ד ַײן האַנט,
און מיך װעט האַלטן ד ַײן רעכטע.
11און זאָל איך זאָגן :לױטער פֿינצטערניש זאָל מיך באַדעקן,