Page 181 - Thilim
P. 181

‫תּהלים‬

                                            ‫‪ 7‬ענטפֿער מיר גיך‪ ,‬גאָט‪,‬‬
   ‫מ ַײן געמיט גײט אױס; זאָלסט ניט פֿאַרבאָרגן ד ַײן פּנים פֿון מיר‪,‬‬

           ‫אַזיסט װעל איך געגליכן ז ַײן צו די גענידערטע אין גרוב‪.‬‬
                           ‫‪ 8‬לאָז מיך הערן אין פֿרימאָרגן ד ַײן ֶחסד‪,‬‬

                        ‫װאָרום אױף דיר האָב איך מיך פֿאַרזיכערט‪.‬‬
                         ‫לאָז מיך װיסן דעם װעג װאָס איך זאָל גײן‪,‬‬
                     ‫װאָרום צו דיר האָב איך אױפֿגעהױבן מ ַײן זעל‪.‬‬

                              ‫‪ 9‬ז ַײ מיך מציל‪ ,‬גאָט‪ ,‬פֿון מ ַײנע פֿ ַײנט;‬
                                    ‫ב ַײ דיר האָב איך מיך פֿאַרבאָרגן‪.‬‬
                                      ‫‪ 10‬לערן מיך צו טאָן ד ַײן ָרצון‪,‬‬
                                          ‫װאָרום דו ביסט מ ַײן גאָט;‬
                                      ‫ד ַײן גוטער ג ַײסט זאָל מיך פֿירן‬
                                                 ‫אױף אַ גל ַײכן לאַנד‪.‬‬

              ‫‪ 11‬פֿון ד ַײן נאָמען װעגן‪ ,‬גאָט‪ ,‬זאָלסטו מיך אױפֿלעבן‪,‬‬
       ‫אין ד ַײן גערעכטיקײט זאָלסטו אַרױסצ ִיען פֿון נױט מ ַײן זעל‪.‬‬

              ‫‪ 12‬און אין ד ַײן ֶחסד זאָלסטו פֿאַרשנ ַײדן מ ַײנע פֿ ַײנט‪,‬‬
                      ‫און אונטערברענגן אַלע װאָס דריקן מ ַײן זעל‪,‬‬
                                         ‫װאָרום איך בין ד ַײן קנעכט‪.‬‬

                 ‫‪ 1‬פֿון ָדִודן‪.‬קמד‬

                          ‫געלױבט איז גאָט מ ַײן פֿעלדז‪,‬‬
                                  ‫װאָס לערנט מ ַײנע הענט צו קריג‪,‬‬
                                           ‫מ ַײנע פֿינגער צו מלחמה‪.‬‬
                                    ‫‪ 2‬מ ַײן גענאָד און מ ַײן פֿעסטונג‪,‬‬

                   ‫מ ַײן טורעם און דער װאָס מאַכט מיך אַנטרינען‪:‬‬
                    ‫מ ַײן שילד און דער װאָס איך שיץ מיך אין אים‪,‬‬
                ‫דער װאָס אונטערטעניקט מ ַײן פֿאָלק אונטער מיר‪.‬‬

‫‪ 3‬גאָט‪ ,‬װאָס איז דער מענטש‪ ,‬אַז דו זאָלסט זיך קימערן אום אים?‬
                ‫און אַ מענטשנקינד‪ ,‬אַז דו זאָלסט אַכטן אױף אים?‬
                                 ‫‪ 4‬אַ מענטש איז געגליכן צו אַ הױך‪,‬‬
                        ‫ז ַײנע טעג ז ַײנען װי אַ שאָטן װאָס פֿאַרגײט‪.‬‬
                 ‫‪ 5‬גאָט‪ ,‬נ ַײג ד ַײנע הימלען און זאָלסט אַראָפּנידערן‪,‬‬
                               ‫ריר אָן די בערג‪ ,‬און זײ זאָלן רײכערן‪.‬‬
   176   177   178   179   180   181   182   183   184   185   186