Page 179 - Thilim
P. 179

‫תּהלים‬

           ‫‪ 1‬אַ מזמור פֿון ָדִודן‪.‬קמא‬

                   ‫גאָט‪ ,‬איך רוף דיך‪ ,‬א ַײל צו מיר‪,‬‬
                          ‫פֿאַרנעם מ ַײן ָקול‪ ,‬אַז איך רוף צו דיר‪.‬‬

               ‫‪ 2‬זאָל באַשטײן מ ַײן תּפֿילה װי װ ַײרױך פֿאַר דיר‪,‬‬
       ‫די אױפֿהײבונג פֿון מ ַײנע הענט װי דער קרבן פֿון אָװנט‪.‬‬

                         ‫‪ 3‬מאַך‪ ,‬גאָט‪ ,‬אַ היטונג אױף מ ַײן מױל‪,‬‬
                         ‫גיב אַכט אױף דער טיר פֿון מ ַײנע ליפּן‪.‬‬
                ‫‪ 4‬זאָלסט ניט נ ַײגן מ ַײן האַרץ צו אַ בײזער זאַך‪,‬‬

                               ‫צו טאָן טוּונגען אין שלעכטיקײט‬
                               ‫מיט ל ַײט װאָס װערקן אומרעכט;‬
                  ‫און לאָמיך ניט עסן פֿון זײערע זיסע שפּ ַײזן –‬
‫‪ 5‬זאָל מיך שלאָגן דער צדיק אױס גינציקײט‪ ,‬און מיך שטראָפֿן;‬
            ‫מ ַײן קאָפּ װעט ניט אָפּשטױסן דאָס ט ַײערע אײל –‬
             ‫װאָרום תּמיד איז מ ַײן תּפֿילה אַקעגן זײערע בײזן‪.‬‬
        ‫‪ 6‬זאָלן געשל ַײדערט װערן אָן אַ פֿעלדז זײערע ריכטער;‬
        ‫און מע זאָל הערן מ ַײנע װערטער אַז זײ ז ַײנען ליבלעך‪.‬‬
            ‫‪ 7‬אַזױ װי װען מע שפּאַלט און ברעכט אױף די ערד‪,‬‬
  ‫ז ַײנען צעשאָטן אונדזערע בײנער ב ַײם מױל פֿון אונטערערד‪.‬‬
           ‫‪ 8‬װאָרום אױף דיר‪ ,‬גאָט דו האַר‪ ,‬ז ַײנען מ ַײנע אױגן;‬
          ‫אין דיר שיץ איך מיך‪ ,‬זאָלסט ניט אױסגיסן מ ַײן זעל‪.‬‬
   ‫‪ 9‬היט מיך פֿון דער פּאַסטקע װאָס זײ האָבן מיר געשטעלט‪,‬‬
                ‫און פֿון די שטרױכלונגען פֿון די אומרעכטטוער‪.‬‬
                ‫‪ 10‬זאָלן אַר ַײנפֿאַלן אין זײערע נעצן די ר ָשעים‪,‬‬
                                ‫בעת איך אַלײן װעל אַריבערגײן‪.‬‬

    ‫‪ 1‬אַ באַטראַכטונג פֿון ָד ִודן‪ ,‬װען ער איז געװען‬

          ‫אין דער הײל; אַ תּפֿילה‪.‬קמב‬
                              ‫‪ 2‬מיט מ ַײן ָקול שר ַײ איך צו גאָט‪,‬‬
                                 ‫מיט מ ַײן ָקול בעט איך צו גאָט‪.‬‬
                           ‫‪ 3‬איך גיס אױס פֿאַר אים מ ַײן קלאָג‪,‬‬

                               ‫מ ַײן נױט דערצײל איך פֿאַר אים‪.‬‬
                            ‫‪ 4‬װען מ ַײן געמיט פֿאַרגײט אין מיר‪,‬‬

                                     ‫דו װײסט דאָך מ ַײן שטעג –‬
                                    ‫אױף דעם װעג װאָס איך גײ‪,‬‬
   174   175   176   177   178   179   180   181   182   183   184