Page 184 - Thilim
P. 184

‫תּהלים‬

                            ‫‪ 20‬גאָט באַהיט אַלע װאָס האָבן אים ליב‪,‬‬
                                ‫און אַלע ר ָשעים װעט ער פֿאַרטיליקן‪.‬‬

                           ‫‪ 21‬דעם לױב פֿון גאָט זאָל רעדן מ ַײן מױל‪,‬‬
                 ‫און יעטװעדער ל ַײב זאָל בענטשן ז ַײן הײליקן נאָמען‬

                                                 ‫אײביק און שטענדיק‪.‬‬

                                                 ‫‪ַ 1‬ה ְללוָּיה‪.‬‬

‫לױב גאָט‪ ,‬מ ַײן זעל; איך װעל לױבן גאָט כּל‪-‬זמן איך לעב‪,‬קמו‬
                      ‫‪ 2‬איך װעל זינגען צו מ ַײן גאָט װי לאַנג איך בין‪.‬‬
                      ‫‪ 3‬איר זאָלט א ַײך ניט פֿאַרזיכערן אױף פֿירשטן‪,‬‬
                  ‫אױף אַ מענטשנקינד װאָס ניטאָ ב ַײ אים קײן הילף‪.‬‬
            ‫‪ 4‬גײט אױס ז ַײן אָטעם‪ ,‬קערט ער זיך אום צו ז ַײן שטױב;‬
                     ‫אין יענעם טאָג גײען אונטער ז ַײנע טראַכטונגען‪.‬‬
               ‫‪ 5‬װױל צו דעם װאָס דער גאָט פֿון יעקבֿ איז ז ַײן הילף‪,‬‬
                           ‫װאָס ז ַײן אױסקוק איז אױף יהוה ז ַײן גאָט‪,‬‬
                        ‫‪ 6‬װאָס האָט געמאַכט דעם הימל און די ערד‪,‬‬
                                       ‫דעם ים‪ ,‬און אַלץ װאָס אין זײ;‬
                              ‫דער װאָס היט טר ַײשאַפֿט אױף אײביק;‬
                                  ‫‪ 7‬װאָס טוט רעכט צו די געדריקטע‪,‬‬
                                    ‫װאָס גיט ברױט צו די הונגעריקע‪.‬‬

                                      ‫‪ 8‬גאָט בינדט אָפּ די געבונדענע‪,‬‬
                                       ‫גאָט מאַכט זעעדיק די בלינדע‪,‬‬
                                      ‫גאָט שטעלט אױף די געבױגענע‪,‬‬

                                           ‫גאָט האָט ליב די גערעכטע‪.‬‬
                                            ‫‪ 9‬גאָט באַהיט די פֿרעמדע;‬
                             ‫דעם יתום און די אלמנה ריכט ער אױף‪,‬‬
                           ‫און דעם װעג פֿון די ר ָשעים פֿאַרדרײט ער‪.‬‬
                                     ‫‪ 10‬יהוה װעט קיניגן אױף אײביק‪,‬‬
                                       ‫ד ַײן גאָט‪ִ ,‬ציון‪ ,‬אױף ָדור‪-‬דורות‪.‬‬

                                                               ‫ַה ְללוָּיה‪.‬‬
   179   180   181   182   183   184   185   186   187   188   189