Page 183 - Thilim
P. 183

‫תּהלים‬

                                    ‫‪ 2‬אַלע טאָג װעל איך דיך בענטשן‪,‬‬
                         ‫און רימען ד ַײן נאָמען אײביק און שטענדיק‪.‬‬

                                  ‫‪ 3‬גרױס איז גאָט און זײער גערימט‪,‬‬
                            ‫און ז ַײן גרױסקײט איז ניט צו דערפֿאָרשן‪.‬‬
                          ‫‪ 4‬אַ ָדור צו אַ ָדור װעט לױבן ד ַײנע מעשׂים‪,‬‬

                                   ‫און ד ַײנע גבֿורות װעלן זײ אָנזאָגן‪.‬‬
                            ‫‪ 5‬די פּראַכטיקע שײנקײט פֿון ד ַײן גלאַנץ‪,‬‬
                ‫און די מעשׂיות פֿון ד ַײנע װוּנדער װעל איך דערצײלן‪.‬‬
‫‪ 6‬און פֿון דער שטאַרקײט פֿון ד ַײנע פֿאָרכטיקע אױפֿטוען װעט מען רעדן‪,‬‬
                            ‫און ד ַײן גרױסקײט‪ ,‬זי װעל איך פֿאַרצײלן‪.‬‬
      ‫‪ 7‬די דערמאָנונג פֿון ד ַײן גרױס גוטסקײט װעט מען אַרױסזאָגן‪,‬‬
                           ‫און ד ַײן גערעכטיקײט װעט מען באַזינגען‪.‬‬
                            ‫‪ 8‬ל ַײטזעליק און דערבאַרימדיק איז גאָט‪,‬‬
                        ‫א ַײנגעהאַלטן אין צאָרן און גרױס אין גענאָד‪.‬‬

                                           ‫‪ 9‬גוט איז גאָט צו אַלעמען‪,‬‬
                          ‫און ז ַײן ַרח ָמנות איז אױף אַלע ז ַײנע װערק‪.‬‬
                           ‫‪ 10‬דיך װעלן לױבן‪ ,‬גאָט‪ ,‬אַלע ד ַײנע װערק‪,‬‬

                                  ‫און ד ַײנע פֿרומע װעלן דיך בענטשן‪.‬‬
                     ‫‪ 11‬די פּראַכט פֿון ד ַײן מלוכה װעלן זײ דערצײלן‪,‬‬

                                    ‫און פֿון ד ַײן גבֿורה װעלן זײ רעדן;‬
                   ‫‪ 12‬צו לאָזן װיסן די מענטשנקינדער ז ַײנע גבֿורות‪,‬‬

                          ‫און די פּראַכטיקע שײנקײט פֿון ז ַײן מלוכה‪.‬‬
                    ‫‪ 13‬ד ַײן מלוכה איז די מלוכה פֿון אַלע אײביקײטן‪,‬‬

                      ‫און ד ַײן געװעלטיקונג איז אין אַלע ָדור‪-‬דורות‪.‬‬
                              ‫‪ 14‬גאָט לענט אונטער אַלע געפֿאַלענע‪,‬‬
                                    ‫און שטעלט אױף אַלע געבױגענע‪.‬‬

                        ‫‪ 15‬די אױגן פֿון אַלעמען קוקן אױס אױף דיר‪,‬‬
                              ‫און דו גיסט זײ זײער עסן אין ז ַײן צ ַײט‪.‬‬
                                                 ‫‪ 16‬עפֿנסט ד ַײן האַנט‪,‬‬

               ‫און זעטיקסט יעטװעדער לעבעדיקן מיט גוטװיליקײט‬
                            ‫‪ 17‬גערעכט איז גאָט אין אַלע ז ַײנע װעגן‪,‬‬
                                  ‫און גענאָדיק אין אַלע ז ַײנע מעשׂים‪.‬‬
                            ‫‪ 18‬גאָט איז נאָנט צו אַלע װאָס רופֿן אים‪,‬‬
                                    ‫צו אַלע װאָס רופֿן אים מיט אמת‪.‬‬

                     ‫‪ 19‬ער טוט דעם ָרצון פֿון די װאָס פֿאָרכטן אים‪,‬‬
                      ‫און זײער געשרײ הערט ער צו‪ ,‬און העלפֿט זײ‪.‬‬
   178   179   180   181   182   183   184   185   186   187   188