Page 178 - Thilim
P. 178

‫תּהלים‬

          ‫‪ 1‬פֿאַר דעם געזאַנגמ ַײסטער; אַ מזמור פֿון ָד ִודן‪.‬‬

    ‫‪ 2‬דערלײז מיך יהוה פֿון דעם שלעכטן מענטשן‪,‬קמ‬
                        ‫פֿון דעם רױבמענטשן זאָלסטו מיך באַהיטן;‬
                                 ‫‪ 3‬די װאָס טראַכטן בײז אין האַרצן‪,‬‬
                                        ‫אַלע טאָג העצן זײ מלחמות‪.‬‬
                               ‫‪ 4‬זײ שאַרפֿן זײער צונג װי אַ שלאַנג‪,‬‬
          ‫גיפֿט פֿון אַן אָטערשלאַנג איז אונטער זײערע ליפּן‪ֶ .‬ס ָלה‪.‬‬

                       ‫‪ 5‬היט מיך‪ ,‬גאָט‪ ,‬פֿון די הענט פֿון דעם ָרשע‪,‬‬
                        ‫פֿון דעם רױבמענטשן זאָלסטו מיך באַהיטן;‬
                       ‫די װאָס טראַכטן אומצושטױסן מ ַײנע טריט‪.‬‬
‫‪ 6‬די האָפֿערדיקע האָבן מיר אַ פּאַסטקע אונטערגעלײגט‪ ,‬און שטריק‪,‬‬
                       ‫זײ האָבן אױסגעשפּרײט אַ נעץ לעבן שטעג‪,‬‬
                      ‫שטרױכלונגען האָבן זײ מיר געשטעלט‪ֶ .‬ס ָלה‪.‬‬

                             ‫‪ 7‬איך זאָג צו יהוה‪ :‬מ ַײן גאָט ביסט דו;‬
                       ‫פֿאַרנעם‪ ,‬יהוה‪ ,‬דעם ָקול פֿון מ ַײנע געבעטן‪.‬‬
                       ‫‪ 8‬גאָט דו האַר‪ ,‬די שטאַרקײט פֿון מ ַײן הילף‪,‬‬
           ‫האָסט באַשירעמט מ ַײן קאָפּ אין טאָג פֿון באַװאָפֿענונג;‬
                ‫‪ 9‬זאָלסט ניט געבן‪ ,‬גאָט‪ ,‬די באַגערן פֿון דעם ָרשע‪,‬‬

                              ‫ז ַײן כּװנה זאָלסטו ניט לאָזן אױספֿירן‪,‬‬
                                     ‫אַז זײ זאָלן זיך דערהײבן‪ֶ .‬ס ָלה‪.‬‬

                              ‫‪ 10‬דאָס גיפֿט פֿון מ ַײנע אַרומרינגלער‪,‬‬
              ‫דאָס אומגליק פֿון זײערע ליפּן זאָל זײ אַלײן צודעקן‪.‬‬

                                       ‫‪ 11‬זאָלן פֿאַלן אױף זײ קױלן‪,‬‬
                                       ‫אין פֿ ַײער זאָל ער זײ װאַרפֿן‪,‬‬
                            ‫אין גריבער‪ ,‬אַז זײ זאָלן ניט אױפֿשטײן‪.‬‬
              ‫‪ 12‬דער צונגמענטש זאָל ניט באַשטײן אױף דער ערד‪,‬‬
       ‫דעם בײזן רױבמענטשן‪ ,‬אים זאָל ער יאָגן צו פֿאַרשטױסונג‪.‬‬
      ‫‪ 13‬איך װײס אַז גאָט װעט טאָן דאָס רעכט פֿון דעם אָרימאַן‪,‬‬
                              ‫די גערעכטיקײט פֿון די באַדערפֿטיקע‪.‬‬
                ‫‪ 14‬פֿאַר װאָר‪ ,‬די צדיקים װעלן דאַנקען ד ַײן נאָמען‪,‬‬
                       ‫די רעכטפֿאַרטיקע װעלן זיצן פֿאַר ד ַײן פּנים‪.‬‬
   173   174   175   176   177   178   179   180   181   182   183