Page 173 - Thilim
P. 173

‫תּהלים‬

                                           ‫װאָס רוט אין ירושלים‪.‬‬
                                                           ‫ַה ְללוָּיה‪.‬‬

            ‫‪ 1‬גיט אַ דאַנק צו גאָט‪ ,‬װאָרום ער איז גוט‪,‬‬

        ‫װאָרום אױף אײביק איז ז ַײן ֶחסד‪.‬קלו‬
                             ‫‪ 2‬גיט אַ דאַנק צו גאָט פֿון די געטער‪,‬‬
                                ‫װאָרום אױף אײביק איז ז ַײן ֶחסד‪.‬‬
                             ‫‪ 3‬גיט אַ דאַנק צום האַר פֿון די האַרן‪,‬‬
                                ‫װאָרום אױף אײביק איז ז ַײן ֶחסד‪.‬‬
                       ‫‪ 4‬צו דעם װאָס טוט אַלײן גרױסע װוּנדער‪,‬‬
                                ‫װאָרום אױף אײביק איז ז ַײן ֶחסד‪.‬‬
‫‪ 5‬צו דעם װאָס האָט געמאַכט די הימלען מיט פֿאַרשטאַנדיקײט‪,‬‬

                                ‫װאָרום אױף אײביק איז ז ַײן ֶחסד‪.‬‬
 ‫‪ 6‬צו דעם װאָס האָט אױסגעשפּרײט די ערד איבער די װאַסערן‪,‬‬

                                ‫װאָרום אױף אײביק איז ז ַײן ֶחסד‪.‬‬
                ‫‪ 7‬צו דעם װאָס האָט געמאַכט די גרױסע ליכטער‪,‬‬

                                ‫װאָרום אױף אײביק איז ז ַײן ֶחסד;‬
                              ‫‪ 8‬די זון פֿאַר געװעלטיקונג ב ַײ טאָג‪,‬‬

                                ‫װאָרום אױף אײביק איז ז ַײן ֶחסד;‬
           ‫‪ 9‬די לבֿנה און שטערן פֿאַר געװעלטיקונגען ב ַײ נאַכט‪,‬‬

                                ‫װאָרום אױף אײביק איז ז ַײן ֶחסד‪.‬‬

      ‫‪ 10‬צו דעם װאָס האָט געשלאָגן מצ ַר ִים אין זײערע בכורים‪,‬‬
                                ‫װאָרום אױף אײביק איז ז ַײן ֶחסד;‬

                       ‫‪ 11‬און אַרױסגעצױגן ישׂראל פֿון צװישן זײ‪,‬‬
                                ‫װאָרום אױף אײביק איז ז ַײן ֶחסד;‬

‫‪ 12‬מיט אַ שטאַרקער האַנט און מיט אַן אױסגעשטרעקטן אָרעם‪,‬‬
                                ‫װאָרום אױף אײביק איז ז ַײן ֶחסד‪.‬‬

      ‫‪ 13‬צו דעם װאָס האָט צעשניטן דעם ים‪-‬סוף אין שטיקער‪,‬‬
                                ‫װאָרום אױף אײביק איז ז ַײן ֶחסד;‬

                             ‫‪ 14‬און דורכגעפֿירט ישׂראל אין מיטן‪,‬‬
                                ‫װאָרום אױף אײביק איז ז ַײן ֶחסד‪.‬‬

         ‫‪ 15‬און אַר ַײנגעטרײסלט פּרעהן און ז ַײן חיל אין ים‪-‬סוף‪,‬‬
                                ‫װאָרום אױף אײביק איז ז ַײן ֶחסד‪.‬‬
   168   169   170   171   172   173   174   175   176   177   178