Page 175 - Thilim
P. 175

‫תּהלים‬

                      ‫זינגט אונדז פֿון דעם געזאַנג פֿון ִציון‪.‬‬
                 ‫‪ 4‬װי זאָלן מיר זינגען דאָס געזאַנג פֿון גאָט‬

                                       ‫אױף פֿרעמדער ערד?‬

                   ‫‪ 5‬אױב איך װעל דיך פֿאַרגעסן‪ ,‬ירושלים‪,‬‬
             ‫זאָל מ ַײן רעכטע האַנט זיך פֿאַרגעסן צו רירן ‪.‬‬
          ‫‪ 6‬זאָל צוגעקלעפּט װערן מ ַײן צונג צו מ ַײן גומען‪,‬‬

                          ‫אױב איך װעל דיך ניט געדענקען‪,‬‬
                     ‫אױב איך װעל ניט דערמאָנען ירושלים‬

                                ‫אױף מ ַײן העכסטער ִשׂמחה‪.‬‬

                       ‫‪ 7‬געדענק‪ ,‬גאָט‪ ,‬די קינדער פֿון אדום‬
                                     ‫דעם טאָג פֿון ירושלים;‬

                       ‫די װאָס האָבן געזאָגט‪ :‬װאַרפֿט א ַײן‪,‬‬
                       ‫װאַרפֿט א ַײן ביז צום גרונט אין איר‪.‬‬
          ‫‪ 8‬טאָכטער ָבבֿל‪ ,‬דו אָנגעברײטע צו פֿאַרװיסטונג‪,‬‬
                       ‫װױל צו דעם װאָס װעט דיר אָפּצאָלן‬
                    ‫ד ַײן טוּונג װאָס דו האָסט אונדז געטאָן;‬
          ‫‪ 9‬װױל צו דעם װאָס װעט אָננעמען און צעהאַקן‬

                            ‫ד ַײנע קלײנע קינדער אָן פֿעלדז‪.‬‬

                                     ‫‪ 1‬פֿון ָד ִודן‪.‬‬

 ‫איך װעל דיך לױבן מיט מ ַײן גאַנצן האַרצן‪,‬קלח‬
                  ‫פֿאַר די מאַכטיקע װעל איך דיך באַזינגען‪.‬‬
               ‫‪ 2‬איך װעל זיך בוקן צו ד ַײן הײליקן טעמפּל‪,‬‬
                             ‫און איך װעל לױבן ד ַײן נאָמען‪,‬‬
                    ‫פֿאַר ד ַײן ֶחסד און פֿאַר ד ַײן טר ַײשאַפֿט;‬
                              ‫װאָרום איבער אַל ד ַײן נאָמען‬
                               ‫האָסטו געגרײסט ד ַײן צוזאָג‪.‬‬
‫‪ 3‬אין טאָג װאָס איך האָב גערופֿן האָסטו מיר געענטפֿערט‪,‬‬

           ‫האָסט מיר געמוטיקט מיט שטאַרקײט מ ַײן זעל‪.‬‬
         ‫‪ 4‬לױבן װעלן דיך‪ ,‬גאָט‪ ,‬אַלע מלכים פֿון דער ערד‪,‬‬
       ‫װאָרום זײ האָבן געהערט די װערטער פֿון ד ַײן מױל‪.‬‬

                ‫‪ 5‬און זײ װעלן זינגען פֿון די װעגן פֿון גאָט‪,‬‬
   170   171   172   173   174   175   176   177   178   179   180