Page 2 - Shmuel b
P. 2
תּורה נבֿיאים וּכתובֿים
תּרגום י ִידיש פֿון יהואש
ְשמוּ ֵאל ב
1און עס איז געװען נאָך שאָולס טױט ,אַז דוד האָט זיך געהאַט
אומגעקערט פֿון שלאָגן ַע ָמלק ,און דוד איז געזעסן אין ציק ַלגא
צװײ טעג 2 ,און אױפֿן דריטן טאָג ,ערשט אַ מאַן קומט אָן פֿון דעם
לאַגער ,פֿון ָשאולן ,און ז ַײנע קלײדער ז ַײנען צעריסן ,און ערד איז
אױף ז ַײן קאָפּ .און עס איז געװען ,װי ער איז געקומען צו ָד ִודן ,אַזױ
איז ער געפֿאַלן צו דער ערד ,און האָט זיך געבוקט 3 .האָט דוד צו
אים געזאָגט :פֿון װאַנען קומסטו? האָט ער צו אים געזאָגט :פֿון
דעם לאַגער פֿון ישׂראל בין איך אַנטרונען געװאָרן 4 .האָט דוד צו
אים געזאָגט :װי איז די זאַך געװען? דערצײל מיר ,איך בעט דיך.
האָט ער געזאָגט :דאָס פֿאָלק איז אַנטלאָפֿן פֿון דער מלחמה ,און
אױך ז ַײנען פֿיל פֿון דעם פֿאָלק געפֿאַלן און געשטאָרבן ,און אױך
ָשאול און ז ַײן זון יהונתן ז ַײנען טױט 5 .האָט דוד געזאָגט צו דעם
יונג װאָס האָט דאָס אים דערצײלט :װי אַזױ װײסטו אַז ָשאול און
ז ַײן זון יהונתן ז ַײנען טױט? 6האָט דער יונג װאָס האָט אים דאָס
דערצײלט ,געזאָגט :איך האָב זיך גראָד געטראָפֿן אױף באַרג ִגלבוֹע,
ערשט ָשאול איז אָנגעלענט אױף ז ַײן שפּיז ,און אָט האָבן די
ר ַײטװעגן און די ר ַײטמענער אים אָנגעיאָגט 7 .האָט ער זיך
אומגעקערט הינטער זיך ,און האָט מיך דערזען ,און ער האָט גערופֿן
צו מיר ,און איך האָב געזאָגט :דאָ בין איך 8 .האָט ער צו מיר
געזאָגט :װער ביסטו? האָב איך צו אים געזאָגט :אַן ַע ָמלקי בין איך.
9האָט ער צו מיר געזאָגט :שטעל זיך ,איך בעט דיך ,לעבן מיר ,און