Page 5 - Shmuel b
P. 5

‫שמוּאל ב‬

‫‪ 2‬איז דוד אַרױפֿגעגאַנגען אַהין‪ ,‬און אױך ז ַײנע צװײ װ ַײבער‪,‬‬
‫אַחינוֹעם פֿון יזרעאל‪ ,‬און אַבֿיַג ִיל די װ ַײב פֿון ָנבֿלן פֿון ַכּרמל‪ 3 .‬און‬
‫ז ַײנע מענטשן װאָס מיט אים האָט דוד אַרױפֿגעבראַכט‪ ,‬עטלעכן מיט‬
‫ז ַײן הױזגעזינט; און זײ האָבן זיך באַזעצט אין די שטעט פֿון חבֿרון‪4 .‬‬
‫און די מענער פֿון יהוּדה ז ַײנען געקומען‪ ,‬און האָבן דאָרטן געזאַלבט‬

                         ‫ָד ִודן פֿאַר אַ מלך איבער דעם הױז פֿון יהוּדה‪.‬‬

‫האָט מען דערצײלט ָד ִודן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬די מענטשן פֿון ָיבֿש‪ִ -‬גל ָעד‬
‫ז ַײנען די װאָס האָבן באַגראָבן ָשאולן‪ 5 .‬האָט דוד געשיקט שלוחים‬
‫צו די מענטשן פֿון ָיבֿש‪ִ -‬גל ָעד‪ ,‬און זײ געלאָזט זאָגן‪ :‬געבענטשט זאָלט‬
‫איר ז ַײן פֿון גאָט‪ ,‬װאָס איר האָט געטאָן דעם דאָזיקן ֶחסד מיט א ַײער‬
‫האַר‪ ,‬מיט ָשאולן‪ ,‬און האָט אים באַגראָבן‪ 6 .‬און אַצונד‪ ,‬זאָל גאָט‬
‫טאָן מיט א ַײך ֶחסד און טר ַײשאַפֿט; און אױך איך װעל א ַײך אָפּטאָן‬
‫די דאָזיקע טובֿה‪ ,‬װאָס איר האָט געטאָן די דאָזיקע זאַך‪ 7 .‬און‬
‫אַצונד‪ ,‬זאָלן שטאַרק ז ַײן א ַײערע הענט‪ ,‬און ז ַײט העלדישע יונגען;‬
‫װאָרום א ַײער האַר ָשאול איז טױט‪ ,‬און אױך האָט מיך דאָס הױז פֿון‬

                               ‫יהוּדה געזאַלבט פֿאַר אַ מלך איבער זײ‪.‬‬

‫‪ 8‬און אַבֿנר דער זון פֿון ֵנרן‪ ,‬דער חיל‪-‬פֿירער פֿון ָשאולן‪ ,‬האָט‬
‫גענומען איש‪-‬בוֹ ֶשת דעם זון פֿון ָשאולן‪ ,‬און האָט אים‬
‫אַריבערגעפֿירט קײן ַמחַנ ִים‪ 9 .‬און ער האָט אים געמאַכט פֿאַר אַ‬
‫מלך איבער ִגל ָעד‪ ,‬און איבער דעם אשורי‪ ,‬און איבער יזרעאל און‬

          ‫איבער אפֿ ַר ִים‪ ,‬און איבער בנימין‪ ,‬און איבער גאַנץ ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 10‬פֿערציק יאָר איז אַלט געװען איש‪-‬בוֹ ֶשת דער זון פֿון ָשאולן‪ ,‬אַז‬
‫ער איז געװאָרן מלך איבער ישׂראל‪ ,‬און צװײ יאָר האָט ער געקיניגט‪.‬‬
‫אָבער דאָס הױז פֿון יהוּדה איז געװען הינטער ָד ִודן‪ 11 .‬און די צאָל‬
‫פֿון די טעג װאָס דוד איז געװען מלך אין חבֿרון איבער דעם הױז פֿון‬

                        ‫יהוּדה‪ ,‬איז געװען זיבן יאָר און זעקס חדשים‪.‬‬

‫‪ 12‬און אַבֿנר דער זון פֿון ֵנרן‪ ,‬און די קנעכט פֿון איש‪-‬בוֹ ֶשת דעם זון‬
‫פֿון ָשאולן‪ ,‬ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען פֿון ַמחַנ ִים קײן גבֿעון‪ 13 .‬אױך‬
‫יוֹאָבֿ דער זון פֿון צרוָּיהן‪ ,‬און די קנעכט פֿון ָד ִודן‪ ,‬ז ַײנען‬
‫אַרױסגעגאַנגען‪ ,‬און זײ האָבן זיך צונױפֿגעטראָפֿן מיט זײ אין אײנעם‬
‫ב ַײם ט ַײך פֿון גבֿעון‪ ,‬און די האָבן זיך געזעצט פֿון דער ז ַײט ט ַײך‪ ,‬און‬
‫די פֿון יענער ז ַײט ט ַײך‪ 14 .‬און אַבֿנר האָט געזאָגט צו יוֹאָבֿן‪ :‬זאָלן‬
   1   2   3   4   5   6   7   8   9   10