Page 4 - Shmuel b
P. 4

‫שמוּאל ב‬

                                               ‫‪ 21‬איר בערג פֿון ִגלבוֹע‪,‬‬
                                       ‫ניט טױ און ניט רעגן אױף א ַײך‪,‬‬

                                            ‫אָדער פֿעלדער געהױבענע!‬
       ‫װאָרום דאָרט איז פֿאַרמיאוסט געװאָרן דער שילד פֿון גבורים‪,‬‬

                       ‫דער שילד פֿון ָשאולן‪ ,‬מיט אײל ניט באַשמירט‪,‬‬
                ‫‪ 22‬פֿון בלוט פֿון דערשלאָגענע‪ ,‬פֿון פֿעטס פֿון גבורים‪,‬‬

                            ‫האָט יהונתנס בױגן זיך צוריק ניט געצױגן‪,‬‬
                ‫און די שװערד פֿון ָשאולן זיך ניט אומגעקערט לײדיק‪.‬‬

                                                  ‫‪ָ 23‬שאול און יהונתן‪,‬‬
                                ‫די באַליבטע און ליבע אין זײער לעבן‪,‬‬
                   ‫צו מאָל אין זײער טױט האָבן זײ זיך ניט צעשײדט‪.‬‬
                               ‫פֿון אָדלערס ז ַײנען זײ געװען פֿלינקער‪,‬‬
                                 ‫פֿון לײבן ז ַײנען זײ געװען שטאַרקער‪.‬‬

                      ‫‪ 24‬איר טעכטער פֿון ישׂראל‪ ,‬אױף ָשאולן װײנט‪,‬‬
           ‫װאָס האָט א ַײך אין רױטן געקלײדט‪ ,‬מיט תּענוגים דערצו‪,‬‬
          ‫װאָס האָט אַרױפֿגעטאָן צירונג פֿון גאָלד אױף א ַײער קלײד‪.‬‬

                          ‫‪ 25‬װי ז ַײנען די גבורים אין מלחמה געפֿאַלן‪-‬‬
                                   ‫יהונתן אױף ד ַײנע הײכן דערשלאָגן!‬

                         ‫‪ 26‬מיך קלעמט נאָך דיר‪ ,‬יהונתן מ ַײן ברודער‪,‬‬
                                          ‫ליב געװען ביסטו מיר זײער;‬

                        ‫װוּנדערלעך געװען איז ד ַײן ליבשאַפֿט צו מיר‪,‬‬
                                     ‫מער װי די ליבשאַפֿט פֿון װ ַײבער‪.‬‬

                                       ‫‪ 27‬װי ז ַײנען די גבורים געפֿאַלן‪,‬‬
                           ‫און אונטערגעגאַנגען די װאַפֿן פֿון מלחמה!‬

‫‪ 1‬און עס איז געװען נאָך דעם‪ ,‬האָט דוד געפֿרעגט ב ַײ גאָט‪,‬‬

‫אַזױ צו זאָגן‪ :‬זאָל איך אַרױפֿגײן אין אײנער פֿון די שטעט פֿוןב‬

‫יהוּדה? האָט גאָט צו אים געזאָגט‪ :‬גײ אַרױף‪ .‬האָט דוד געזאָגט‪:‬‬
              ‫װוּהין זאָל איך אַרױפֿגײן? האָט ער געזאָגט‪ :‬קײן חבֿרון‪.‬‬
   1   2   3   4   5   6   7   8   9