Page 8 - Shmuel b
P. 8
שמוּאל ב
איםִ ,כּלאָבֿ ,פֿון אַבֿיַג ִיל דער װ ַײב פֿון ָנבֿלן פֿון ַכּרמל; און דער
דריטער ,אַבֿ ָשלום ,דער זון פֿון מעכה דער טאָכטער פֿון ַתּל ַמי דעם
מלך פֿון גשור; 4און דער פֿירטער ,אַדוֹ ִנָיה ,דער זון פֿון ַחגיתן; און
דער פֿינפֿטער שפֿטָיה דער זון פֿון אַבֿי ַטלן; 5און דער זעקסטער,
ִיתר ָעם פֿון ָד ִודס װ ַײב ֶעג ָלהן .די דאָזיקע ז ַײנען געבאָרן געװאָרן ב ַײ
ָד ִודן אין חבֿרון.
6און עס איז געװען ,װען די מלחמה איז געװען צװישן דעם הױז פֿון
ָשאולן און צװישן דעם הױז פֿון ָד ִודן ,האָט אַבֿנר זיך געהאַלטן אָן
דעם הױז פֿון ָשאולן.
7און ָשאול האָט געהאַט אַ קעפּסװ ַײב װאָס איר נאָמען איז געװען
ִרצ ָפּה די טאָכטער פֿון אַָיהן .האָט ]איש-בוֹ ֶשת[ געזאָגט צו אַבֿנרן:
פֿאַר װאָס ביסטו געקומען צו מ ַײן פֿאָטערס קעפּסװ ַײב? 8האָט
אַבֿנרן זײער געברענט אױף די װערטער פֿון איש-בוֹ ֶשתן ,און ער האָט
געזאָגט :בין איך דען אַ הונטסקאָפּ פֿון יהוּדה? איך טו ה ַײנט צו טאָג
ֶחסד מיט דעם הױז פֿון ד ַײן פֿאָטער ָשאולן ,צו ז ַײנע אײגענע און צו
ז ַײנע גוטע פֿר ַײנט ,און איך האָב דיך ניט איבערגעענטפֿערט אין דער
האַנט פֿון ָד ִודן ,און דו װאַרפֿסט מיר ה ַײנט פֿאָר אַ זינד מיט דער
פֿרױ 9 .זאָל גאָט טאָן צו אַבֿנרן אַזױ און נאָך מער ,אַז אַזױ װי גאָט
האָט געשװאָרן צו ָד ִודן ,אַזױ װעל איך אים טאָן 10 ,אַריבערצוטראָגן
די מלוכה פֿון שאָולס הױז ,און אױפֿשטעלן דעם טראָן פֿון ָד ִודן
איבער ישׂראל און איבער יהוּדה ,פֿון דן און ביז ב ֵארֶ -שבֿע! 11און
ער האָט מער אַ װאָרט ניט געקענט ענטפֿערן אַבֿנרן ,פֿון ז ַײן מורא
פֿאַר אים.
12און אַבֿנר האָט אױפֿן אָרט געשיקט שלוחים צו ָד ִודן ,אַזױ צו
זאָגן :ב ַײ װעמען איז דאָס לאַנד? אַזױ צו זאָגן :שליס ד ַײן בונד מיט
מיר ,און אָט איז מ ַײן האַנט מיט דיר איבערצודרײען צו דיר גאַנץ
ישׂראל 13 .האָט ער געזאָגט :גוט ,איך װעל שליסן מיט דיר אַ בונד,
אָבער אײן זאַך פֿאַרלאַנג איך פֿון דיר ,אַזױ צו זאָגן :זאָלסט ניט זען
מ ַײן פּנים ,ס ַײדן דו ברענגסט צוגל ַײך ִמיכל די טאָכטער פֿון ָשאולן,
װען דו קומסט זען מ ַײן פּנים.