Page 12 - Shmuel b
P. 12
שמוּאל ב
און איז געלאָפֿן :איז ,אין איר א ַײלעניש צו אַנטלױפֿן ,איז ער געפֿאַלן
און איז הינקעדיק געװאָרן .און ז ַײן נאָמען איז געװען מפֿיבֿוֹשת.
5ז ַײנען געגאַנגען די זין פֿון ִרמוֹן דעם ב ֵארוֹתערֵ ,ר ָכבֿ און ַב ַעָנה ,און
זײ ז ַײנען געקומען אין דער היץ פֿון טאָג צום הױז פֿון איש-בוֹ ֶשתן,
בעת ער האָט געשלאָפֿן דעם מיטאָגשלאָף 6 .און זײ ז ַײנען
אַר ַײנגעגאַנגען אינעװײניק אין הױז װי קױפֿער פֿון װײץ ,און האָבן
אים געשלאָגן אין בױך; און ֵר ָכבֿ און ז ַײן ברודער ַב ַעָנה ז ַײנען
אַנטרונען געװאָרן 7 .און אַז זײ ז ַײנען אַר ַײן אין הױז ,װען ער איז
געלעגן אױף ז ַײן בעט אין ז ַײן שלאָפֿקאַמער ,און האָבן אים געשלאָגן
און געטײט ,האָבן זײ אָפּגעשניטן ז ַײן קאָפּ; און זײ האָבן גענומען ז ַײן
קאָפּ ,און ז ַײנען געגאַנגען מיטן װעג פֿון פּלױן אַ גאַנצע נאַכט 8 .און
זײ האָבן געבראַכט דעם קאָפּ פֿון איש-בוֹ ֶשתן צו ָד ִודן קײן חבֿרון,
און זײ האָבן געזאָגט צום מלך :אָט איז דער קאָפּ פֿון איש-בוֹ ֶשת
דעם זון פֿון ָשאול ד ַײן פֿ ַײנט װאָס האָט געזוכט ד ַײן לעבן; און גאָט
האָט ה ַײנטיקן טאָג געגעבן מ ַײן האַר דעם מלך אַ נקמה אָן ָשאולן
און אָן ז ַײן זאָמען.
9האָט דוד געענטפֿערט ֵר ָכבֿן און ז ַײן ברודער ַב ַעָנהן ,די זין פֿון ִרמוֹן
דעם ב ֵארוֹתער ,און ער האָט צו זײ געזאָגט :אַזױ װי עס לעבט גאָט
װאָס האָט אױסגעלײזט מ ַײן זעל פֿון יעטװעדער צרה 10 ,אַז דער
װאָס האָט מיר דערצײלט ,אַזױ צו זאָגן :״זעָ ,שאול איז טױט״ ,און
ער איז געװען װי אַ בשׂורה-ברענגער אין ז ַײנע אױגן ,האָב איך אים
אָנגענומען ,און האָב אים געהרגעט אין ציק ַלג ,אָנשטאָט װאָס איך
זאָל אים געבן בשׂורה-געלט 11 .ה ַײנט װי נאָך אַז מענטשן רשע ִים
האָבן געהרגעט אַן אומשולדיקן מענטשן אין ז ַײן הױז אױף ז ַײן
געלעגער ,זאָל איך אַצונד ניט מאָנען ז ַײן בלוט פֿון א ַײער האַנט ,און
א ַײך אָפּראַמען פֿון דער ערד?
12און דוד האָט באַפֿױלן די יונגען ,און זײ האָבן זײ געהרגעט ,און
אָפּגעהאַקט זײערע הענט און זײערע פֿיס ,און זײ אױפֿגעהאַנגען ב ַײם
ט ַײך אין חבֿרון .און דעם קאָפּ פֿון איש-בוֹ ֶשתן האָבן זײ גענומען און
באַגראָבן אין דעם קבֿר פֿון אַבֿנרן אין חבֿרון.