Page 10 - Shmuel b
P. 10

‫שמוּאל ב‬

‫אָפּגעלאָזט‪ ,‬און ער איז אַװעקגעגאַנגען? ‪ 25‬דו קענסט אַבֿנר דעם‬
‫זון פֿון ֵנרן‪ ,‬אַז דיך צו פֿאַרנאַרן איז ער געקומען‪ ,‬און געװאָר צו‬
‫װערן װוּ אױס און װוּ א ַײן ב ַײ דיר‪ ,‬און געװאָר צו װערן אַלץ װאָס דו‬

                                                                  ‫טוסט‪.‬‬

‫‪ 26‬און יוֹאָבֿ איז אַרױסגעגאַנגען פֿון ָד ִודן‪ ,‬און ער האָט געשיקט‬
‫שלוחים נאָך אַבֿנרן‪ ,‬און זײ האָבן אים אומגעקערט פֿון ָבור‪-‬סירה;‬

                                            ‫און דוד האָט ניט געװוּסט‪.‬‬

‫‪ 27‬און װי אַבֿנר האָט זיך אומגעקערט קײן חבֿרון‪ ,‬אַזױ האָט אים‬
‫יוֹאָבֿ אָפּגענ ַײגט אינעװײניק אין טױער‪ ,‬כּדי צו רעדן מיט אים‬
‫שטילערהײט‪ ,‬און ער האָט אים דאָרטן געשלאָגן אין בױך‪ ,‬און ער‬

            ‫איז געשטאָרבן‪ ,‬פֿאַר דעם בלוט פֿון ז ַײן ברודער עשׂהאלן‪.‬‬

‫‪ 28‬און דוד האָט עס דערנאָך געהערט‪ ,‬און ער האָט געזאָגט‪ :‬רײן בין‬
‫איך און מ ַײן מלוכה פֿאַר גאָט אױף אײביק פֿון דעם בלוט פֿון אַבֿנר‬
‫דעם זון פֿון ֵנרן‪ 29 .‬זאָל עס פֿאַלן אױפֿן קאָפּ פֿון יוֹאָבֿן‪ ,‬און אױפֿן‬
‫גאַנצן הױז פֿון ז ַײן פֿאָטער‪ ,‬און זאָל ניט אױסגײן פֿון יוֹאָבֿס הױז אַ‬
‫פֿלוסיקער און אַ קרעציקער‪ ,‬און דער װאָס האַלט זיך אױף אַ‬
‫שטעקן‪ ,‬און דער װאָס פֿאַלט דורכן שװערד און דער װאָס אים פֿעלט‬

                                                                  ‫ברױט‪.‬‬

‫‪ 30‬און יוֹאָבֿ און אַבֿי ַשי ז ַײן ברודער האָבן געהרגעט אַבֿנרן פֿאַר װאָס‬
 ‫ער האָט געטײט זײער ברודער עשׂהאלן אין גבֿעון אין דער מלחמה‪.‬‬

‫‪ 31‬און דוד האָט געזאָגט צו יוֹאָבֿן און צו דעם גאַנצן פֿאָלק װאָס‬
‫מיט אים‪ :‬צער ַײסט א ַײערע קלײדער‪ ,‬און גורט אָן זאַק‪ ,‬און קלאָגט‬
‫פֿאַרױס פֿאַר אַבֿנרן‪ .‬און דער מלך דוד איז געגאַנגען נאָך דער מיטה‪.‬‬
‫‪ 32‬און זײ האָבן באַגראָבן אַבֿנרן אין חבֿרון‪ 33 .‬און דער מלך האָט‬
‫אױפֿגעהױבן ז ַײן ָקול‪ ,‬און האָט געװײנט אױף אַבֿנרס קבֿר‪ ,‬און דאָס‬
‫גאַנצע פֿאָלק האָט מיטגעװײנט‪ .‬און דער מלך האָט געקלאָגט אױף‬

                                              ‫אַבֿנרן‪ ,‬און האָט געזאָגט‪:‬‬

               ‫זאָל אַבֿנר שטאַרבן װי אַ נידערטרעכטיקער שטאַרבט?‬
                             ‫‪ 34‬ד ַײנע הענט ז ַײנען ניט געבונדן געװען‪,‬‬
                               ‫און ד ַײנע פֿיס ניט אין קײטן געשמידט;‬
   5   6   7   8   9   10   11   12   13   14   15