Page 9 - Shmuel b
P. 9
שמוּאל ב
14און דוד האָט געשיקט שלוחים צו איש-בוֹ ֶשת דעם זון פֿון ָשאולן,
אַזױ צו זאָגן :גיב מיר מ ַײן װ ַײב מיכלען ,װאָס איך האָב פֿאַרקנאַסט
צו מיר מיט הונדערט פֿאָרהױטן פֿון די פּ ִלשתּים.
15האָט איש-בוֹ ֶשת געשיקט ,און האָט זי אָפּגענומען פֿון דעם מאַן,
פֿון ַפּלטי ֵאל דעם זון פֿון ַל ִישן 16 .און איר מאַן איז געגאַנגען מיט
איר ,געגאַנגען נאָך איר און געװײנט ביז בחורים .האָט אַבֿנר צו אים
געזאָגט :גײ קער זיך אום; און ער האָט זיך אומגעקערט.
17און אַבֿנר האָט געהאַט אַ גערײד מיט די עלטסטע פֿון ישׂראל,
אַזױ צו זאָגן :נאָך נעכטן און נאָך אײערנעכטן האָט איר באַגערט
ָד ִודן פֿאַר אַ מלך איבער א ַײך 18 .און אַצונד טוט; װאָרום גאָט האָט
געזאָגט אױף ָד ִודן ,אַזױ צו זאָגן :דורך דער האַנט פֿון דוד מ ַײן קנעכט
װעל איך העלפֿן מ ַײן פֿאָלק ישׂראל פֿון דער האַנט פֿון די פּ ִלשתּים,
און פֿון דער האַנט פֿון אַלע זײערע פֿ ַײנט.
19און אַבֿנר האָט אױך גערעדט אין די אױערן פֿון בנימין .און אַבֿנר
איז אױך געגאַנגען דערצײלן אין די אױערן פֿון ָד ִודן אין חבֿרון אַלץ
װאָס איז װױלגעפֿעלן אין די אױגן פֿון ישׂראל ,און אין די אױגן פֿון
גאַנצן הױז פֿון בנימין 20 .און אַבֿנר איז געקומען צו ָד ִודן קײן חבֿרון,
און צװאַנציק מאַן מיט אים .און דוד האָט געמאַכט פֿאַר אַבֿנרן און
פֿאַר די מענטשן װאָס מיט אים אַ מאָלצ ַײט 21 .און אַבֿנר האָט
געזאָגט צו ָד ִודן :איך װעל אױפֿשטײן און װעל גײן ,און איך װעל
א ַײנזאַמלען צו מ ַײן האַר דעם מלך גאַנץ ישׂראל ,און זײ װעלן שליסן
מיט דיר אַ בונד ,און װעסט קיניגן װי װ ַײט ד ַײן האַרץ געלוסט .און
דוד האָט אַװעקגעשיקט אַבֿנרן ,און ער איז אַװעקגעגאַנגען בשלום.
22ערשט די קנעכט פֿון ָד ִודן און יוֹאָבֿ ז ַײנען אָנגעקומען פֿון אַן
אָנפֿאַל ,און זײ האָבן געבראַכט מיט זיך פֿיל רױב; און אַבֿנר איז שױן
ניט געװען ב ַײ ָד ִודן אין חבֿרון ,װ ַײל ער האָט אים אַװעקגעשיקט ,און
ער איז אַװעקגעגאַנגען בשלום 23 .און װי יוֹאָבֿ און דער גאַנצער חיל
װאָס מיט אים ז ַײנען אָנגעקומען ,האָט מען דערצײלט יוֹאָבֿן ,אַזױ צו
זאָגן :אַבֿנר דער זון פֿון ֵנרן איז געקומען צום מלך ,און ער האָט אים
אַװעקגעשיקט ,און ער איז אַװעקגעגאַנגען בשלום.
24איז יוֹאָבֿ געקומען צום מלך ,און האָט געזאָגט :װאָס האָסטו
געטאָן? אָט איז אַבֿנר געקומען צו דיר; אַל ַמאי האָסטו אים