Page 13 - Shmuel b
P. 13
שמוּאל ב
1און אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל ז ַײנען געקומען צו ָד ִודן קײן
חבֿרון ,און זײ האָבן געזאָגט ,אַזױ צו זאָגן :ד ַײן בײן און ד ַײןה
פֿלײש ז ַײנען מיר 2 .נאָך נעכטן און נאָך אײערנעכטן ,אַז ָשאול איז
געװען מלך איבער אונדז ,ביסט דו געװען דער װאָס האָט
אַרױסגעפֿירט און אַר ַײנגעפֿירט ישׂראל .און גאָט האָט צו דיר
געזאָגט :דו זאָלסט פֿיטערן מ ַײן פֿאָלק ,ישׂראל ,און דו זאָלסט ז ַײן אַ
פֿירשט איבער ישׂראל.
3און אַלע עלטסטע פֿון ישׂראל ז ַײנען געקומען צום מלך קײן חבֿרון,
און דער מלך דוד האָט זײ געשלאָסן אַ בונד אין חבֿרון פֿאַר גאָט ,און
זײ האָבן געזאַלבט ָד ִודן פֿאַר אַ מלך איבער ישׂראל.
4דר ַײסיק יאָר איז דוד אַלט געװען װען ער איז געװאָרן מלך;
פֿערציק יאָר האָט ער געקיניגט 5 .אין חבֿרון האָט ער געקיניגט
איבער יהוּדה זיבן יאָר און זעקס חדשים ,און אין ירושלים האָט ער
געקיניגט דר ַײ און דר ַײסיק יאָר איבער גאַנץ ישׂראל און יהוּדה.
6און דער מלך איז געגאַנגען מיט ז ַײנע מענטשן קײן ירושלים אױף
דעם יבֿוסי ,דעם באַװױנער פֿון לאַנד .האָבן זײ געזאָגט צו ָד ִודן ,אַזױ
צו זאָגן :װעסט אַהער ניט קומען ס ַײדן װעסט אָפּטאָן די בלינדע און
די הינקעדיקע; אַזױ צו זאָגן :דוד קען אַהער ניט קומען 7 .אָבער דוד
האָט באַצװוּנגען די פֿעסטונג פֿון ִציון ,דאָס איז ָד ִודס-שטאָט 8 .און
דוד האָט געזאָגט אין יענעם טאָג :װער נאָר עס װעט שלאָגן דעם
יבֿוסי ,און װעט צוקומען צו דער װאַסעררינע ,און ]אָפּטאָן[ די
הינקעדיקע און די בלינדע ,די פֿאַרהאַסטע פֿון ָד ִודס זעל . . . . .דרום
זאָגט מען :אַ בלינדער און אַ הינקעדיקער איז דאָ; מע קען ניט אַר ַײן
אין הױז.
9און דוד האָט זיך באַזעצט אין דער פֿעסטונג ,און ער האָט זי
גערופֿן ָד ִודס-שטאָט; 10און דוד האָט פֿאַרבױט רונד אַרום פֿון מלוא
און אינעװײניק צו .און דוד איז געװאָרן אַלץ גרעסער ,און יהוה דער
גאָט פֿון צבֿאות איז געװען מיט אים.
11און חי ָרם דער מלך פֿון צור האָט געשיקט שלוחים צו ָד ִודן מיט
צעדערהאָלץ און האָלצמ ַײנסטערס און שטײנמ ַײנסטערס ,און זײ
האָבן געבױט אַ הױז פֿאַר ָד ִודן 12 .און דוד האָט געװוּסט אַז גאָט