Page 18 - Shmuel b
P. 18

‫שמוּאל ב‬

‫פֿ ַײנט פֿון פֿאַר דיר; און איך װעל דיר מאַכן אַ גרױסן נאָמען‪ ,‬אַזױ װי‬
‫דער נאָמען פֿון די גרעסטע װאָס אױף דער ערד‪ 10 .‬און איך װעל‬
‫מאַכן אַן אָרט פֿאַר מ ַײן פֿאָלק‪ ,‬פֿאַר ישׂראל‪ ,‬און װעל אים‬
‫א ַײנפֿלאַנצן‪ ,‬ער זאָל רוען אױף ז ַײן אָרט‪ ,‬און מער ניט ציטערן; און‬
‫פֿאַרברעכער זאָלן אים מער ניט פּ ַײניקן אַזױ װי צוערשט‪ 11 ,‬פֿון‬
‫דעם טאָג װאָס איך האָב באַפֿױלן שופֿטים איבער מ ַײן פֿאָלק ישׂראל;‬
‫און איך װעל דיך באַרוען פֿון אַלע ד ַײנע פֿ ַײנט‪ .‬און גאָט זאָגט דיר‬
‫אָן‪ ,‬אַז גאָט װעט דיר מאַכן אַ הױז‪ 12 .‬אַז ד ַײנע טעג װעלן דערפֿילט‬
‫װערן‪ ,‬און װעסט זיך לײגן מיט ד ַײנע עלטערן‪ ,‬װעל איך אױפֿשטעלן‬
‫ד ַײן זאָמען נאָך דיר‪ ,‬דעם װאָס װעט אַרױסגײן פֿון ד ַײנע אינגעװײד‪,‬‬
‫און איך װעל באַפֿעסטיקן ז ַײן מלוכה‪ 13 .‬ער װעט בױען אַ הױז צו‬
‫מ ַײן נאָמען‪ ,‬און איך װעל באַפֿעסטיקן דעם טראָן פֿון ז ַײן מלוכה ביז‬
‫אױף אײביק‪ 14 .‬איך װעל אים ז ַײן פֿאַר אַ פֿאָטער‪ ,‬און ער װעט מיר‬
‫ז ַײן פֿאַר אַ זון‪ ,‬אַז װען ער פֿאַרברעכט‪ ,‬װעל איך אים שטראָפֿן מיט‬
‫דער רוט פֿון מענטשן‪ ,‬און מיט די פּלאָגן פֿון מענטשנקינדער‪.‬‬
‫‪ 15‬אָבער מ ַײן ֶחסד װעט זיך ניט אָפּטאָן פֿון אים‪ ,‬אַזױ װי איך האָב‬
‫אָפּגעטאָן פֿון ָשאולן‪ ,‬װעמען איך האָב אָפּגעטאָן פֿון פֿאַר דיר‪.‬‬
‫‪ 16‬און ד ַײן הױז און ד ַײן מלוכה װעלן ביז אײביק ז ַײן זיכער פֿאַר דיר;‬

                                 ‫ד ַײן טראָן װעט ז ַײן פֿעסט ביז אײביק‪.‬‬

‫‪ 17‬אַזױ װי אַלע די דאָזיקע װערטער‪ ,‬און אַזױ װי די דאָזיקע גאַנצע‬
                                ‫זעונג‪ ,‬אַזױ האָט נתן גערעדט צו ָד ִודן‪.‬‬

‫‪ 18‬און דער מלך דוד איז געקומען‪ ,‬און האָט זיך געזעצט פֿאַר גאָט‪,‬‬
‫און האָט געזאָגט‪ :‬װער בין איך‪ ,‬גאָט דו האַר‪ ,‬און װער איז מ ַײן הױז‪,‬‬
‫װאָס דו האָסט מיך געבראַכט ביז אַהער? ‪ 19‬און דאָס איז נאָך‬
‫געװען קלײן אין ד ַײנע אױגן‪ ,‬גאָט דו האַר‪ ,‬און דו האָסט אױך‬
‫גערעדט װעגן ד ַײן קנעכטס הױז אױף װ ַײטער אַהין‪ ,‬װאָס דאָס איז‬
‫נאָר דער שטײגער מיט אַ ל ַײט‪ ,‬גאָט דו האַר‪ 20 .‬און װאָס מער נאָך‬
‫זאָל דוד רעדן צו דיר? דו קענסט דאָך ד ַײן קנעכט‪ ,‬גאָט דו האַר‪.‬‬
‫‪ 21‬פֿון װעגן ד ַײן װאָרט‪ ,‬און לױט ד ַײן האַרצן‪ ,‬האָסטו געטאָן‪ ,‬צו‬
‫לאָזן װיסן ד ַײן קנעכט די דאָזיקע גאַנצע גדולה‪ 22 .‬דעריבער ביסטו‬
‫גרױס‪ ,‬יהוה דו גאָט‪ ,‬װאָרום ניטאָ אַזאַ װי דו‪ ,‬און ניטאָ קײן גאָט‬
‫אחוץ דיר‪ ,‬לױט אַלץ װאָס מיר האָבן געהערט מיט אונדזערע אױערן‪.‬‬
‫‪ 23‬און װאָסער אײנציקע אומה אױף דער ערד איז אַזױ װי ד ַײן פֿאָלק‬
‫ישׂראל‪ ,‬װאָס גאָט איז געגאַנגען אױסלײזן זיך צום פֿאָלק‪ ,‬און זיך צו‬
   13   14   15   16   17   18   19   20   21   22   23