Page 20 - Shmuel b
P. 20
שמוּאל ב
5איז ארם פֿון דמשׂק געקומען העלפֿן ַה ַדד ֶעֶזר דעם מלך פֿון צוֹבֿה,
און דוד האָט געשלאָגן פֿון ארם צװײ און צװאַנציק טױזנט מאַן.
6און דוד האָט געשטעלט װאַכן אין ארם פֿון דמשׂק ,און ארם איז
געװאָרן צו ָד ִודן קנעכט װאָס ברענגען אָפּגאָב.
און גאָט האָט געהאָלפֿן ָד ִודן אומעטום װוּ ער איז געגאַנגען.
7און דוד האָט גענומען די גילדערנע שילדן װאָס ז ַײנען געװען אױף
ַה ַדד ֶעֶזרס קנעכט ,און ער האָט זײ געבראַכט קײן ירושלים 8 .און פֿון
ֶב ַטח און פֿון ֵברוֹ ַתיַ ,ה ַדד ֶעֶזרס שטעט ,האָט דער מלך דוד צוגענומען
קופּער זײער פֿיל.
9און תּוֹ ִעי דער מלך פֿון ַחמת האָט געהערט אַז דוד האָט געשלאָגן
דעם גאַנצן חיל פֿון ַה ַדד ֶעֶזרן 10 ,און תּוֹ ִעי האָט געשיקט ז ַײן זון
יוֹ ָרמען צום מלך דוד ,אים צו פֿרעגן אױף פֿריד און אים
אָנצוּװינטשן ,פֿאַר װאָס ער האָט מלחמה געהאַלטן מיט ַה ַדד ֶעֶזרן,
און אים געשלאָגן ,װאָרום ַה ַדד ֶעֶזר האָט געהאַט מלחמה מיט תּוֹ ִעין;
און ער האָט געבראַכט מיט זיך זילבערנע כּלים און גילדערנע כּלים
און קופּערנע כּלים 11 .זײ אױך האָט דער מלך דוד געהײליקט צו
גאָט ,מיט דעם זילבער און דעם גאָלד װאָס ער האָט געהײליקט פֿון
אַלע פֿעלקער װאָס ער האָט באַצװוּנגען 12 :פֿון ארם ,און פֿון מואָבֿ,
און פֿון די קינדער פֿון עמון ,און פֿון די פּ ִלשתּים ,און פֿון ַע ָמלק ,און
פֿון דעם רױב פֿון ַה ַדד ֶעֶזר דעם זון פֿון רחובֿן ,דעם מלך פֿון צוֹבֿה.
13און דוד האָט זיך געמאַכט אַ שם ,װען ער האָט זיך אומגעקערט
פֿון שלאָגן ארם אין טאָל פֿון זאַלץ – אַכצן טױזנט מאַן 14 .און ער
האָט געשטעלט װאַכן אין אדום; אין גאַנץ אדום האָט ער געשטעלט
װאַכן .און גאַנץ אדום איז געװאָרן קנעכט צו ָד ִודן.
און גאָט האָט געהאָלפֿן ָד ִודן אומעטום װוּ ער איז געגאַנגען 15 .און
דוד האָט געקיניגט איבער גאַנץ ישׂראל .און דוד האָט געטאָן רעכט
און גערעכטיקײט צו ז ַײן גאַנצן פֿאָלק.
16און יוֹאָבֿ דער זון פֿון צרוָּיהן איז געװען איבערן חיל; און יהוֹשפֿט
דער זון פֿון אַחילוּדן ,דער דערמאָנער; 17און ָצדוֹק דער זון פֿון
אַחיטובֿן ,און אַחי ֶמ ֶלך דער זון פֿון אבֿיתרן ,כּהנים; און שׂ ָרָיה ,דער