Page 19 - Shmuel b
P. 19

‫שמוּאל ב‬

‫מאַכן אַ נאָמען‪ ,‬און צו טאָן – פֿון א ַײערט װעגן‪-‬גרױס׳‪ ,‬און‬
‫פֿאָרכטיקע זאַכן‪ ,‬פֿאַר ד ַײן לאַנד‪] ,‬צו פֿאַרטר ַײבן[ פֿון פֿאַר ד ַײן פֿאָלק‬
‫װאָס דו האָסט דיר אױסגעלײזט פֿון מצ ַר ִים‪ ,‬אומות מיט זײערע‬
‫געטער? ‪ 24‬און דו האָסט דיר באַפֿעסטיקט ד ַײן פֿאָלק ישׂראל דיר‬
‫צום פֿאָלק אױף אײביק‪ ,‬און דו‪ ,‬יהוה‪ ,‬ביסט געװאָרן זײ צום גאָט‪.‬‬
‫‪ 25‬און אַצונד‪ ,‬יהוה דו גאָט‪ ,‬דאָס װאָרט װאָס דו האָסט גערעדט‬
‫װעגן ד ַײן קנעכט און װעגן ז ַײן הױז‪ ,‬ז ַײ מקיים אױף אײביק‪ ,‬און טו‬
‫אַזױ װי דו האָסט גערעדט‪ 26 .‬און זאָל געגרײסט װערן ד ַײן נאָמען‬
‫ביז אײביק‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬יהוה פֿון צבֿאות איז דער גאָט איבער‬
‫ישׂראל; און דאָס הױז פֿון ד ַײן קנעכט ָד ִודן זאָל ז ַײן פֿעסט פֿאַר דיר‪.‬‬
‫‪ 27‬װאָרום דו‪ ,‬יהוה פֿון צבֿאות‪ ,‬דער גאָט איבער ישׂראל‪ ,‬האָסט‬
‫אַנטפּלעקט דעם אױער פֿון ד ַײן קנעכט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬איך װעל דיר‬
‫בױען אַ הױז; דרום האָט ד ַײן קנעכט געפֿונען ב ַײ זיך האַרץ מתפּלל‬
‫צו ז ַײן צו דיר די דאָזיקע תּפֿילה‪ 28 .‬און אַצונד‪ ,‬יהוה גאָט‪ ,‬דו ביסט‬
‫גאָט‪ ,‬און ד ַײנע װערטער מוזען ז ַײן אמת‪ ,‬און דו האָסט צוגעזאָגט‬
‫ד ַײן קנעכט דאָס דאָזיקע גוטס; ‪ 29‬דרום באַװיליק אַצונד‪ ,‬און‬
‫בענטש דאָס הױז פֿון ד ַײן קנעכט צו ז ַײן אױף אײביק פֿאַר דיר‪,‬‬
‫װאָרום דו גאָט דער האַר האָסט גערעדט; און פֿון ד ַײן ברכה זאָל‬

             ‫דאָס הױז פֿון ד ַײן קנעכט געבענטשט װערן אױף אײביק‪.‬‬

‫‪ 1‬און עס איז געװען נאָך דעם‪ ,‬האָט דוד געשלאָגן די פּ ִלשתּים‪,‬‬

‫און האָט זײ געמאַכט אונטערטעניק‪ ,‬און דוד האָט צוגענומעןח‬
                             ‫ֶמ ֶתג‪-‬אַ ָמה פֿון דער האַנט פֿון די פּ ִלשתּים‪.‬‬

‫‪ 2‬און ער האָט געשלאָגן מואָבֿ‪ ,‬און האָט זײ געמאָסטן מיט אַ שנור‪,‬‬
‫זײ אױסלײגנדיק אױף דער ערד; און ער האָט אָפּגעמאָסטן צװײ‬
‫שנורן צו טײטן‪ ,‬און אײן פֿולע שנור צו לאָזן לעבן‪ .‬און מואָבֿ איז‬

                        ‫געװאָרן צו ָד ִודן קנעכט װאָס ברענגען אָפּגאָב‪.‬‬

‫‪ 3‬און דוד האָט געשלאָגן ַה ַדד ֶעֶזר דעם זון פֿון רחובֿן‪ ,‬דעם מלך פֿון‬
‫צוֹבֿה‪ ,‬בעת ער איז געגאַנגען צוריקקריגן ז ַײן אױבערהאַנט ב ַײם ט ַײך‬
‫פּרת‪ 4 .‬און דוד האָט באַצװוּנגען פֿון אים טױזנט און זיבן הונדערט‬
‫ר ַײטער‪ ,‬און צװאַנציק טױזנט פֿוסגײער; און דוד האָט געלײמט אַלע‬

             ‫געשפּאַנען‪ ,‬נאָר איבערגעלאָזט פֿון זײ הונדערט געשפּאַן‪.‬‬
   14   15   16   17   18   19   20   21   22   23   24