Page 15 - Shmuel b
P. 15
שמוּאל ב
גאָט אַרױסגעגאַנגען דיר פֿאַרױס ,צו שלאָגן אין דעם לאַגער פֿון די
פּ ִלשתּים.
25און דוד האָט אַזױ געטאָן – אַזױ װי גאָט האָט אים באַפֿױלן ,און
ער האָט געשלאָגן די פּ ִלשתּים פֿון ֶגבֿע ביז דו קומסט קײן גזר.
1און דוד האָט װידער א ַײנגעזאַמלט אַלע געקליבענע אין
ישׂראל ,דר ַײסיק טױזנט מאַן 2 .און דוד איז אױפֿגעשטאַנען אוןו
איז געגאַנגען מיט דעם גאַנצן פֿאָלק װאָס מיט אים פֿון ַב ַע ֵלי-יהוּ ָדה,
אַרױפֿצוברענגען פֿון דאָרטן דעם אָרון פֿון גאָט ,װאָס אױף אים
װערט גערופֿן דער נאָמען – דער נאָמען פֿון גאָט פֿון צבֿאות װאָס
זיצט אױף די כּרובֿים 3 .און זײ האָבן אַרױפֿגעלײגט דעם אָרון פֿון
גאָט אױף אַ נ ַײעם װאָגן ,און האָבן אים אַװעקגענומען פֿון אַבֿיָנ ֶדבֿס
הױז װאָס אין ִגבֿ ָעה .און עוָּזה און אַחיו די זין פֿון אַבֿיָנ ֶדבֿן האָבן
געפֿירט דעם נ ַײעם װאָגן 4 .און אַז זײ האָבן אים אַװעקגענומען פֿון
אַבֿיָנ ֶדבֿס הױז װאָס אין ִגבֿ ָעה ,מיט דעם אָרון פֿון גאָט ,איז אַחיו
געגאַנגען פֿאַרױס פֿאַרן אָרון 5 .און דוד און דאָס גאַנצע הױז פֿון
ישׂראל האָבן געשפּילט פֿאַר גאָט אױף אַלערלײ ]כּליֶ-ז ֶמר פֿון[
ציפּרעסנהאָלץ ,און אױף האַרפֿן ,און אױף גיטאַרן ,און אױף פּױקן,
און אױף קלעפּערלעך ,און אױף צימבלען.
6און װי זײ ז ַײנען געקומען ביזן ש ַײער פֿון ָנכון ,האָט עוָּזה
אױסגעשטרעקט ז ַײן האַנט צום אָרון פֿון גאָט ,און האָט אים
אָנגענומען ,װאָרום די רינדער האָבן אים אַראָפּגערוקט 7.האָט דער
צאָרן פֿון גאָט געגרימט אױף עוָּזהן ,און גאָט האָט אים דאָרטן
געשלאָגן פֿאַר דעם פֿאַרזע .און ער איז דאָרטן געשטאָרבן לעבן דעם
אָרון פֿון גאָט.
8און ָד ִודן האָט געערגערט פֿאַר װאָס גאָט האָט געבראַכט אַ בראָך
אױף עוָּזהן .און מע רופֿט יענעם אָרט ֶפּ ֶרץ-עוָּזה ביז אױף ה ַײנטיקן
טאָג 9 .און דוד האָט מורא געהאַט פֿאַר גאָט יענעם טאָג ,און ער
האָט געזאָגט :װי אַזױ זאָל דער אָרון פֿון גאָט קומען צו מיר?
10און דוד האָט ניט געװאָלט אָפּקערן דעם אָרון פֿון גאָט צו זיך אין
ָד ִודס-שטאָט ,און דוד האָט אים אָפּגעפֿירט צו דעם הױז פֿון עוֹבֿד-