Page 17 - Shmuel b
P. 17

‫שמוּאל ב‬

‫דינסטן פֿון ז ַײנע קנעכט‪ ,‬אַזױ װי אָפּדעקן דעקט זיך אָפּ אײנער פֿון‬
‫די נישטװערטיקע! ‪ 21‬האָט דוד געזאָגט צו מיכלען‪ :‬פֿאַר גאָט װאָס‬
‫האָט אױסדערװײלט מיך אײדער ד ַײן פֿאָטער און אײדער ד ַײן גאַנץ‬
‫הױז‪ ,‬מיך צו באַפֿעלן פֿאַר אַ פֿירשט איבער דעם פֿאָלק פֿון גאָט‪,‬‬
‫איבער ישׂראל – פֿאַר גאָט װעל איך מיך פֿרײלעך מאַכן‪ 22 .‬און איך‬
‫װעל זיך נאָך קלענער האַלטן װי דאָס‪ ,‬און װעל ז ַײן ָשפֿל אין מ ַײנע‬
‫אױגן‪ .‬און מיט די דינסטן װאָס דו זאָגסט‪ ,‬מיט זײ טו איך זיך אָן‬

                                                                   ‫כּבֿוד‪.‬‬

‫‪ 23‬און ִמיכל די טאָכטער פֿון ָשאולן‪ ,‬זי האָט ניט געהאַט קײן קינד‬
                                           ‫ביז דעם טאָג פֿון איר טױט‪.‬‬

‫‪ 1‬און עס איז געװען‪ ,‬אַז דער מלך האָט זיך באַזעצט אין ז ַײן הױז‪,‬‬

‫און גאָט האָט אים באַרוט רונד אַרום פֿון אַלע ז ַײן פֿ ַײנט‪ 2 ,‬האָטז‬

‫דער מלך געזאָגט צו נתן דעם נבֿיא‪ :‬זע נאָר‪ ,‬איך װױן אין אַ הױז פֿון‬
‫צעדערן‪ ,‬און דער אָרון פֿון גאָט װױנט אין פֿאָרהאַנגען‪ 3 .‬האָט נתן‬
‫געזאָגט צום מלך‪ :‬אַלץ װאָס אין ד ַײן האַרצן גײ טו‪ ,‬װאָרום גאָט איז‬

                                                               ‫מיט דיר‪.‬‬

‫‪ 4‬און עס איז געװען‪ ,‬אין יענער נאַכט‪ ,‬איז דאָס װאָרט פֿון גאָט‬
‫געװען צו נתנען‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 5 :‬גײ און זאָלסט זאָגן צו מ ַײן קנעכט‪,‬‬
‫צו ָד ִודן‪ :‬אַזױ האָט גאָט געזאָגט‪ :‬װילסט דו דען מיר בױען אַ הױז‬
‫צום װױנען פֿאַר מיר? ‪ 6‬אַז איך האָב ניט געװױנט אין אַ הױז פֿון‬
‫דעם טאָג װאָס איך האָב אױפֿגעבראַכט די קינדער פֿון ישׂראל פֿון‬
‫מצ ַר ִים און ביז אױף ה ַײנטיקן טאָג‪ ,‬נ ַײערט איך פֿלעג אומגײן אין אַ‬
‫געצעלט און אין אַ ִמשכּן‪ 7 .‬אומעטום װוּ איך בין אומגעגאַנגען‬
‫צװישן אַלע קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬צי האָב איך אַ װאָרט גערעדט מיט‬
‫אײנעם פֿון די שבֿטים פֿון ישׂראל‪ ,‬װאָס איך האָב באַפֿױלן צו פֿיטערן‬
‫מ ַײן פֿאָלק ישׂראל‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬פֿאַר װאָס האָט איר מיר ניט‬
‫געבױט אַ הױז פֿון צעדערן? ‪ 8‬און אַצונד‪ ,‬זאָלסטו אַזױ זאָגן צו מ ַײן‬
‫קנעכט‪ ,‬צו ָד ִודן‪ :‬אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צבֿאות‪ :‬איך האָב דיך‬
‫גענומען פֿון דעם פֿיטערפּלאַץ‪ ,‬פֿון הינטער די שאָף‪ ,‬צו ז ַײן אַ פֿירשט‬
‫איבער מ ַײן פֿאָלק‪ ,‬איבער ישׂראל‪ 9 .‬און איך בין געװען מיט דיר‬
‫אומעטום װוּ דו ביסט געגאַנגען‪ ,‬און איך האָב פֿאַרשניטן אַלע ד ַײנע‬
   12   13   14   15   16   17   18   19   20   21   22