Page 14 - Shmuel b
P. 14
שמוּאל ב
האָט אים באַפֿעסטיקט פֿאַר אַ מלך איבער ישׂראל ,און אַז ער האָט
דערהױבן ז ַײן מלוכה פֿון װעגן ז ַײן פֿאָלק ישׂראל.
13און דוד האָט גענומען נאָך קעפּסװ ַײבער און װ ַײבער פֿון ירושלים
נאָך ז ַײן קומען פֿון חבֿרון ,און ב ַײ ָד ִודן ז ַײנען געבאָרן געװאָרן נאָך
זין און טעכטער 14 .און דאָס ז ַײנען די נעמען פֿון די װאָס ז ַײנען אים
געבאָרן געװאָרן אין ירושליםַ :שמוּ ַע ,און שוֹבֿבֿ ,און נתן ,און שלמה;
15און ִיבֿ ָחר ,און ֶאלישוּ ַע ,און ֶנפֿג ,און ָיפֿיע; 16און ֶאלי ָש ָמע ,און
ֶאלָי ָדע ,און ֶאליפֿלט.
17און די פּ ִלשתּים האָבן געהערט אַז מע האָט געזאַלבט ָד ִודן פֿאַר אַ
מלך איבער ישׂראל ,און אַלע פּ ִלשתּים ז ַײנען אַרױפֿגעגאַנגען צו זוכן
ָד ִודן .האָט דוד דערהערט ,און ער האָט אַראָפּגענידערט צו דער
פֿעסטונג.
18און די פּ ִלשתּים ז ַײנען געקומען ,און האָבן זיך פֿאַרשפּרײט אין
טאָל רפֿאים.
19האָט דוד געפֿרעגט ב ַײ גאָט ,אַזױ צו זאָגן :זאָל איך אַרױפֿגײן
אַקעגן די פּ ִלשתּים? װעסטו זײ געבן אין מ ַײן האַנט? האָט גאָט
געזאָגט צו ָד ִודן :גײ אַרױף װאָרום געבן װעל איך געבן די פּ ִלשתּים
אין ד ַײן האַנט.
20איז דוד געקומען אין בעל-פּ ָרצים ,און דוד האָט זײ דאָרטן
געשלאָגן ,און ער האָט געזאָגט :גאָט האָט דורכגעבראָכן מ ַײנע פֿ ַײנט
פֿאַר מיר ,אַזױ װי אַ דורכבראָך פֿון װאַסער .דרום האָט מען גערופֿן
דעם נאָמען פֿון יענעם אָרט ַב ַעל-פּ ָרצים.
21און זײ האָבן דאָרטן איבערגעלאָזט זײערע געצנבילדער ,און דוד
און ז ַײנע מענטשן האָבן זײ אַװעקגעטראָגן.
22און די פּ ִלשתּים ז ַײנען װידער אַ מאָל אַרױפֿגעקומען ,און האָבן
זיך פֿאַרשפּרײט אין טאָל רפֿאים 23 .האָט דוד געפֿרעגט ב ַײ גאָט ,און
ער האָט געזאָגט :זאָלסט ניט אַרױפֿגײן; דרײ זיך אױס הינטער זײ,
און זאָלסט קומען אױף זײ פֿון אַקעגן די מױלבערבײמער 24 .און עס
װעט ז ַײן ,אַז דו הערסט אַ גערױש פֿון טריט אין די שפּיצן פֿון די
מױלבערבײמער ,דענצמאָל זאָלסטו א ַײלן ,װאָרום דענצמאָל איז