Page 11 - Shmuel b
P. 11

‫שמוּאל ב‬

                       ‫װי מע פֿאַלט פֿאַר פֿאַרברעכער ביסטו געפֿאַלן‪.‬‬
               ‫און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט װידער געװײנט אױף אים‪.‬‬

‫‪ 35‬און דאָס גאַנצע פֿאָלק איז געקומען צו געבן עסן ָד ִודן ברױט װען‬
‫עס איז נאָך געװען טאָג‪ ,‬אָבער דוד האָט געשװאָרן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬
‫זאָל מיר גאָט טאָן אַזױ און נאָך מער‪ ,‬אױב איך װעל פֿאַרזוכן ברױט‬
‫אָדער עפּעס װאָס עס איז‪ ,‬אײדער די זון גײט אונטער! ‪ 36‬און דאָס‬
‫גאַנצע פֿאָלק האָט געמערקט‪ ,‬און עס איז װױלגעפֿעלן אין זײערע‬
‫אױגן; אַלץ װאָס דער מלך האָט געטאָן איז װױלגעפֿעלן אין די אױגן‬
‫פֿון גאַנצן פֿאָלק‪ 37 .‬און דאָס גאַנצע פֿאָלק און גאַנץ ישׂראל האָבן‬
‫געװוּסט אין יענעם טאָג‪ ,‬אַז דאָס איז ניט געװען פֿון מלך‪ ,‬צו טײטן‬

                                                 ‫אַבֿנר דעם זון פֿון ֵנרן‪.‬‬

‫‪ 38‬און דער מלך האָט געזאָגט צו ז ַײנע קנעכט‪ :‬פֿאַר װאָר‪ ,‬איר‬
‫דאַרפֿט װיסן‪ ,‬אַז אַ האַר און אַ גרױסער מאַן איז געפֿאַלן ה ַײנטיקן‬
‫טאָג אין ישׂראל‪ 39 .‬און איך בין ה ַײנט שװאַך‪ ,‬און נאָר‪-‬װאָס‬
‫געזאַלבט פֿאַר אַ מלך‪ ,‬און די דאָזיקע ל ַײט‪ ,‬די זין פֿון צרוָּיהן‪ ,‬ז ַײנען‬
‫צו האַרט פֿאַר מיר‪ .‬זאָל גאָט באַצאָלן דעם שלעכטסטוער לױט ז ַײן‬

                                                          ‫שלעכטיקײט‪.‬‬

‫‪ 1‬און שאָולס זון האָט געהערט‪ ,‬אַז אַבֿנר איז אומגעקומען אין‬

‫חבֿרון‪ ,‬און ז ַײנע הענט ז ַײנען שלאַף געװאָרן‪ ,‬און גאַנץ ישׂראלד‬
                                             ‫ז ַײנען דערשראָקן געװאָרן‪.‬‬

‫‪ 2‬און שאָולס זון האָט געהאַט צװײ הױפּטל ַײט פֿון מחנות; דער‬
‫נאָמען פֿון אײנעם איז געװען ַב ַעָנה‪ ,‬און דער נאָמען פֿון צװײטן ֵר ָכבֿ‪,‬‬
‫זין פֿון ִרמוֹן דעם ב ֵארוֹתער‪ ,‬פֿון די קינדער פֿון בנימין; װאָרום‬
‫אױך בארות װערט גערעכנט צו בנימין; ‪ 3‬און די ב ֵארוֹתער ז ַײנען‬
‫אַנטלאָפֿן קײן ִג ַתּ ִים‪ ,‬און ז ַײנען דאָרטן געבליבן װױנער ביז אױף‬

                                                         ‫ה ַײנטיקן טאָג‪.‬‬

‫‪ 4‬און יהונתן דער זון פֿון ָשאולן האָט געהאַט אַ זון אַ לאָמען אױף די‬
‫פֿיס‪ .‬ער איז געװען פֿינף יאָר אַלט‪ ,‬װען די הערונג װעגן ָשאולן און‬
‫יהונתנען איז אָנגעקומען פֿון יזרעאל‪ .‬האָט אים ז ַײן אַם אױפֿגעהױבן‬
   6   7   8   9   10   11   12   13   14   15   16