Page 7 - Shmuel b
P. 7
שמוּאל ב
זיך א ַײנגעזאַמלט הינטער אַבֿנרן ,און זײ ז ַײנען געװאָרן צו אײן בונד;
און זײ האָבן זיך געשטעלט אױפֿן שפּיץ פֿון אַ בערגל.
26האָט אַבֿנר גערופֿן צו יוֹאָבֿן ,און האָט געזאָגט :זאָל דען אײביק
פֿאַרצערן די שװערד? װײסטו דען ניט אַז ביטער װעט ז ַײן צום ָסוף?
און ביז װאַנען װעסטו ניט הײסן דעם פֿאָלק זיך אומקערן פֿון
הינטער זײערע ברידער? 27האָט יוֹאָבֿ געזאָגט :אַזױ װי גאָט לעבט,
אַז װען דו װאָלסט ניט גערעדט ,װאָלט ערשט אין דער פֿרי דאָס
פֿאָלק אָפּגעטרעטן אײנער פֿון הינטערן אַנדערן.
28און יוֹאָבֿ האָט געבלאָזן אין שופֿר ,און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט
זיך אָפּגעשטעלט ,און זײ האָבן מער ניט נאָכגעיאָגט ישׂראל ,און
האָבן מער װ ַײטער ניט מלחמה געהאַלטן.
29און אַבֿנר און ז ַײנע מענטשן ז ַײנען געגאַנגען דורכן פּלױן יענע
גאַנצע נאַכט ,און זײ ז ַײנען אַריבער דעם ירדן ,און דורכגעגאַנגען
גאַנץ ִבתרון ,און געקומען קײן ַמחַנ ִים.
30און יוֹאָבֿ האָט זיך אומגעקערט פֿון הינטער אַבֿנרן ,און ער האָט
א ַײנגעזאַמלט דאָס גאַנצע פֿאָלק; האָבן געפֿעלט פֿון ָד ִודס קנעכט
נ ַײנצן מאַן און עשׂהאל 31 .און ָד ִודס קנעכט האָבן געשלאָגן פֿון
בנימין ,צװישן אַבֿנרס מענטשן -דר ַײ הונדערט און זעכציק מאַן
ז ַײנען געבליבן טױט.
32און עשׂהאלן האָבן זײ אַװעקגעטראָגן ,און האָבן אים באַגראָבן
אין קבֿר פֿון ז ַײן פֿאָטער װאָס אין בית-לחם .און יוֹאָבֿ און ז ַײנע
מענטשן ז ַײנען געגאַנגען אַ גאַנצע נאַכט ,און זײ איז ליכטיק געװאָרן
אין חבֿרון.
1און די מלחמה איז געװען אַ לאַנגע צװישן דעם הױז פֿון ָשאולן
און צװישן דעם הױז פֿון ָד ִודן .און דוד איז געװאָרן אַלץג
שטאַרקער ,און דאָס הױז פֿון ָשאולן איז געװאָרן אַלץ שװאַכער.
2און ב ַײ ָד ִודן ז ַײנען געבאָרן געװאָרן זין אין חבֿרון ,און ז ַײן ב ָכור איז
געװען אַמנוֹן ,פֿון אַחינוֹעמען פֿון יזרעאל; 3און דער צװײטער פֿון