Page 3 - Shmuel b
P. 3

‫שמוּאל ב‬

‫טײט מיך‪ ,‬װאָרום די גסיסה האָט מיך אָנגענומען; װאָרום נאָר װאָס‬
‫מ ַײן נשמה האַלט זיך אין מיר‪ 10 .‬האָב איך זיך געשטעלט לעבן אים‪,‬‬
‫און האָב אים געטײט‪ ,‬װ ַײל איך האָב געװוּסט‪ ,‬אַז ער קען מער ניט‬
‫לעבן נאָך ז ַײן פֿאַלן‪ .‬און איך האָב גענומען די קרױן װאָס אױף ז ַײן‬
‫קאָפּ‪ ,‬און דעם אָרעמבאַנד װאָס אױף ז ַײן אָרעם‪ ,‬און האָב זײ‬

                                         ‫געבראַכט אַהער צו מ ַײן האַר‪.‬‬

‫‪ 11‬האָט דוד אָנגענומען ז ַײנע קלײדער‪ ,‬און האָט זײ צעריסן‪ ,‬און‬
‫דאָס גל ַײכן אַלע מענטשן װאָס מיט אים‪ 12 .‬און זײ האָבן געקלאָגט‬
‫און געװײנט‪ ,‬און האָבן געפֿאַסט ביזן אָװנט אױף ָשאולן און אױף‬
‫יהונתן ז ַײן זון‪ ,‬און אױף דעם פֿאָלק פֿון גאָט‪ ,‬און אױף דעם הױז פֿון‬

                        ‫ישׂראל‪ ,‬װאָס זײ ז ַײנען געפֿאַלן דורכן שװערד‪.‬‬

‫‪ 13‬און דוד האָט געזאָגט צו דעם יונג װאָס האָט דאָס אים‬
‫דערצײלט‪ :‬פֿון װאַנען ביסטו? האָט ער געזאָגט‪ :‬איך בין דער זון פֿון‬
‫אַ פֿרעמדן מאַן‪ ,‬אַן ַע ָמלקי‪ 14 .‬האָט דוד צו אים געזאָגט‪ :‬װי האָסטו‬
‫ניט מורא געהאַט אױסצושטרעקן ד ַײן האַנט אומצוברענגען דעם‬

                                                   ‫געזאַלבטן פֿון גאָט?‬

‫‪ 15‬און דוד האָט צוגערופֿן אײנעם פֿון די יונגען‪ ,‬און האָט געזאָגט‪:‬‬
‫גענען‪ ,‬פֿאַל‪-‬צו אױף אים‪ .‬און ער האָט אים געשלאָגן‪ ,‬און ער איז‬

                                                            ‫געשטאָרבן‪.‬‬

‫‪ 16‬און דוד האָט צו אים געזאָגט‪ :‬ד ַײן בלוט אױף ד ַײן קאָפּ! װאָרום‬
‫ד ַײן מױל האָט עדות געזאָגט אױף דיר‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬איך האָב‬

                                      ‫געטײט דעם געזאַלבטן פֿון גאָט‪.‬‬

‫‪ 17‬און דוד האָט געקלאָגט די דאָזיקע קלאָג אױף ָשאולן און אױף‬
‫יהונתן ז ַײן זון‪ 18 ,‬און ער האָט געזאָגט‪-‬כּדי צו לערנען די קינדער פֿון‬

         ‫יהוּדה דעם בױגן; דאָס איז שױן פֿאַרשריבן אין בוך פֿון ישר‪:‬‬

              ‫‪ 19‬די פּראַכט‪ ,‬ישׂראל‪ ,‬איז אױף ד ַײנע הײכן דערשלאָגן;‬
                                          ‫װי ז ַײנען די גבורים געפֿאַלן!‬

                                    ‫‪ 20‬ניט דערצײלן זאָלט איר אין ַגת‪,‬‬
                                  ‫ניט אָנזאָגן אין די גאַסן פֿון אַשקלון‪,‬‬
                 ‫כּדי די טעכטער פֿון די פּ ִלשתּים זאָלן זיך ניט פֿרײען‪,‬‬
             ‫כּדי די טעכטער פֿון די אומבאַשניטענע זאָלן ניט קװעלן‪.‬‬
   1   2   3   4   5   6   7   8