Page 6 - Shmuel b
P. 6

‫שמוּאל ב‬

‫אַקאָרשט די יונגען אױפֿשטײן‪ ,‬און אַ שטיף טאָן פֿאַר אונדז‪ .‬האָט‬
                                     ‫יוֹאָבֿ געזאָגט‪ :‬זאָלן זײ אױפֿשטײן‪.‬‬

‫‪ 15‬ז ַײנען זײ אױפֿגעשטאַנען‪ ,‬און ז ַײנען אַריבערגעגאַנגען מיט אַ‬
‫צאָל‪ ,‬צװעלף פֿאַר בנימין‪ ,‬און פֿאַר איש‪-‬בוֹ ֶשת דעם זון פֿון ָשאולן‪,‬‬
‫און צװעלף פֿון ָד ִודס קנעכט‪ 16 .‬און זײ האָבן אָנגענומען אײנער‬
‫דעם אַנדערן פֿאַרן קאָפּ‪ ,‬מיט ז ַײן שװערד צום אַנדערנס ז ַײט‪ ,‬ביז זײ‬
‫ז ַײנען געפֿאַלן אין אײנעם‪ .‬און מע האָט גערופֿן יענעם אָרט חלקת‪-‬‬

                                              ‫הצורים‪ ,‬װאָס איז גבֿעון‪.‬‬

‫‪ 17‬און די מלחמה איז געװען זײער אַ שװערע אין יענעם טאָג‪ ,‬און‬
‫אַבֿנר און די מענער פֿון ישׂראל ז ַײנען געשלאָגן געװאָרן פֿאַר די‬

                                                       ‫קנעכט פֿון ָד ִודן‪.‬‬

‫‪ 18‬און דאָרטן ז ַײנען געװען צרוָּיהס דר ַײ זין‪ ,‬יוֹאָבֿ‪ ,‬און אַבֿי ַשי און‬
‫עשׂהאל; און עשׂהאל איז געװען פֿלינק אױף ז ַײנע פֿיס‪ ,‬אַזױ װי‬
‫אײנער פֿון די הינדן װאָס אין פֿעלד‪ 19 .‬האָט עשׂהאל נאָכגעיאָגט‬
‫אַבֿנרן‪ ,‬און ער האָט זיך ניט אָפּגענ ַײגט פֿון הינטער אַבֿנרן צו גײן‬
‫רעכטס אָדער לינקס‪ 20 .‬האָט אַבֿנר זיך אומגעקערט הינטער זיך‪ ,‬און‬
‫האָט געזאָגט‪ :‬ביסט דו דאָס‪ ,‬עשׂהאל? האָט ער געזאָגט‪ :‬איך‪21 .‬‬
‫האָט אַבֿנר צו אים געזאָגט‪ :‬נ ַײג זיך צו ד ַײן רעכטער ז ַײט אָדער צו‬
‫ד ַײן לינקער‪ ,‬און כאַפּ דיר אָן אײנעם פֿון די יונגען‪ ,‬און נעם דיר ז ַײן‬
‫אױסטו‪ .‬אָבער עשׂהאל האָט זיך ניט געװאָלט אָפּקערן פֿון הינטער‬
‫אים‪ 22 .‬האָט אַבֿנר װידער געזאָגט צו עשׂהאלן‪ :‬קער דיך אָפּ פֿון‬
‫הינטער מיר; נאָך װאָס זאָל איך דיך שלאָגן צו דער ערד? און װי‬
‫װעל איך אױפֿהײבן מ ַײן פּנים צו ד ַײן ברודער יוֹאָבֿן? ‪ 23‬אָבער ער‬
‫האָט זיך ניט געװאָלט אָפּקערן‪ ,‬און אַבֿנר האָט אים אַ זעץ געטאָן‬
‫מיטן אונטערשטן טײל פֿון שפּיז אין בױך‪ ,‬ביז דער שפּיז איז אים‬
‫אַרױס פֿון הינטן; און ער איז דאָרטן געפֿאַלן און געשטאָרבן אױפֿן‬
‫אָרט‪ .‬און עס איז געװען‪ ,‬איטלעכער װאָס איז געקומען צו דעם‬
‫אָרט װאָס עשׂהאל איז דאָרטן געפֿאַלן און געשטאָרבן‪ ,‬האָט זיך‬

                                                          ‫אָפּגעשטעלט‪.‬‬

‫‪ 24‬האָבן יוֹאָבֿ און אַבֿי ַשי נאָכגעיאָגט אַבֿנרן‪ ,‬און װי די זון איז‬
‫אונטערגעגאַנגען‪ ,‬ז ַײנען זײ געקומען ביזן בערגל אַ ָמה װאָס פֿאַר גי ַח‪,‬‬
‫אױפֿן װעג צום מדבר פֿון גבֿעון‪ 25 .‬און די קינדער פֿון בנימין האָבן‬
   1   2   3   4   5   6   7   8   9   10   11